הארי פאטער

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
דניאל ראדקליף אלס הארי פאטער

האַרי פּאָטער (ענגליש: Harry Potter) איז אַ פֿיקטיװער כאַראַקטער אין אַ סעריע ביכער געשריבן דורך י. ק. ראָלינג.

האַרי איז אַ יתום פֿון טאַטע און מאַמע, און װוינט מיט זײַן שלעכטן פֿעטער װערנאָן, װעלכער איז אַ מאגל. בײַ די עלף יאָר װערט ער געװאָר אַז ער האָט די טאַלאַנטן צו מאַכן כּישוף און זײַן לעבן טױשט זיך דראַסטיש, פֿון דעם מאַגעטאַמישן לעבן בײַ זײַן פֿעטער װוּ ער װערט טעגלעך גערודפֿט דורך זײַן שװעסטער קינד דאַדלי כאַפּט ער זיך אַריבער צו די דראַמאַטישע אָנגעפֿילטע טעג אין דער שולע פֿון כּישוף און צויבער מאכן װוּ ער לעבט אין פּחד פֿון װאָלדעמאָרט װעלעכער האָט געהרגעט זײַנע עלטערן און װיל אים אױך אָפּֿענדיקן, אין יעדן פון די זיבן ביכער ווערט באשריבען איין יאר פון זיין לעבן אין דער האָגוואָרץ שולע פֿון כישוף און צויבער מאכן.

לויט ווי די לעגענדע לויטעט זענען הארי'ס עלטערן אומגעבראכט געווארן דורך דעם מערדער װאָלדעמאָרט וועלכער האט גענוצט די שרעקעוודיגע אוואדא כדברא, וועלכעס איז א קבלה'ישער אויסראטונג קללה זיי אומצוברענגען, און אזוי ארום צו באהערשן אלעמען. הארי האט זיך אבער באוויזן ארויסצודרייען פון אט די קללה, און האט נאך אויסגעדרייט דעם וואפען קעגן װאָלדעמאָרט, וועלכער איז זעלבסט אומגעברענגט געווארן דורך דעם.

ביכער[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

  1. האַרי פּאָטער און דער וויסן-שטיין - יוני 1997.
  2. האַרי פּאָטער און דער צימער פֿון סודות - יולי 1998.
  3. האַרי פּאָטער און דער אַרעסטאַנט פֿון אַזקאַבאַן - יולי 1999.
  4. האַרי פּאָטער און דער בעכער פֿון פֿײַער - יולי 2000.
  5. האַרי פּאָטער און דער אָרדן פֿון פֿעניקס - יוני 2003.
  6. האַרי פּאָטער און דער האַלב-בלוט פּרינץ - יולי 2005.
  7. האַרי פּאָטער און די רוחות פֿון טױט - יולי 2007.
  8. האַרי פּאָטער און דער פֿאַרשאָלטנער קינד - יולי 2016