הארי פאטער (פילם סעריע)

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דער ארטיקל דיסקוטירט דער פילם סעריע. אויב איר זוכט אן אנדער באדייטונג, זעט הארי פאטער (באדייטן).
Harry Potter wordmark.svg

האַרי פּאָטער (ענגליש: Harry Potter) איז אַ בריטיש-אַמעריקאַנישע פֿילם סעריע באַזירט אויף די "האַרי פּאָטער" ביכער פֿון דער שרייבערין דזשיי.קיי. ראָלינג. אין די סעריע זענען אכט פֿילמען, ווייל דער זיבעטער פֿילם איז צעפּיצלט געווען צו צוויי פֿולער לענג פֿילמען. די סעריע ווערט פֿאַרשפֿרייט דורך די וואָרנער ברידער.

די סעריע איז בפֿרט פּראָדוצירט געוואָרן דורך דייוויד היימאַן, און אין די פֿילמען שפּילן דניאל ראַדקליף, רופּערט גרינט און עמאַ וואָטסאָן אלס די דריי הויפט כאראקטערן: האַרי פּאָטער, ראָן וויזלי און הערמייַאָני גריינדזשער. פֿיר רעזשיסאָרן האבן געאַרבעט אויף די סעריע: קריס קאלומבוס, אַלפֿאָנסאָ קואַראָן, מייק ניועל און דייוויד יעיטס. מייקל גאָלדענבערג האט געשריבן די סצענעס פֿאר "האַרי פּאָטער און דער אָרדן פֿון פֿעניקס" (2007), און יענע פֿון די שפּעטערע פֿילמען זענען געשריבן געוואָרן דורך סטיוו קלאָווס. די פּראָדוקציע האָט דערשיינט פֿאַר מער ווי צען יאָר, און דער הויפט נאַראַטיוו איז פֿון האַרי פּאָטער'ס רייזע צו איבערגובֿרן זיין הויפט שונא, לאָרד וואָלדעמאָרט.

פֿילמען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: האַרי פּאָטער פֿילמען