לדלג לתוכן

מענדי

פֿון װיקיפּעדיע

מענדי (ענגליש: Mendy) איז א 2003 טיילווייז יידיש-שפראכיגער פילם, געשטעלט אויף אן אמת'ער מעשה פון א גרופע סאטמארער בחורים וואס האבן פארלאזט דאס רעליגיעזע לעבן'ס שטייגער, און זיך טאטואירט, אראפגעווארפן דעם עול פון פרומקייט און זיך אריינגעלאזט אין א פרייער וועלט פון שוואוילטאג, דראגס, מיידלעך, אלקאהאל און מוזיק.

איינער פון די שפילער איז אייזיק שטיין, אליינס א סאטמארער יונגערמאן וואס האט איבערגעלאזט א ווייב מיט פינף קינדער און זיך פארליבט אין א סעקולער מיידל דורך זיין ארבייט'ס פלאץ אין בי ענד עיטש פאטא ווידעא.

דער סקריפט איז טיילװײַז געשריבן דורך דעם באקאנטן הערשי שניצלער אויך פון א סאטמארער שטוב, וואס האט אויך איבערגעלאזט זיין ווייב און קינדער צו לעבן עלענד אליינס אין אינדיע.

מענדי איז א בחור וואס וויל ארויסגיין פון דער חסידישער וועלט נאך וואס מ'האט אים געכאפט מיט א מיידל, אבער למעשה איז ער נאך מיט זיין נשמה געבונדן צו זיין וועלט. דער פילם שילדערט זיינע שוועריגקייטן זיך צו צופאסן צו דער ווירבלנדיגער דרויסנדיגער וועלט מיט פרישע מושגים און גאר אנדערע פירעכצער.

  • מענדי - איוואן סאַנדאָמירע
  • משה וואלף - אייזיק שטיין
  • ביאנקא - גאַבריעלאַ דעאס
  • יאנקל - ספּענסער טשאַנדלער
  • גיטי - דעאַנאַ באראון
  • מייקל - יונתן האָוואַ