לדלג לתוכן

רעדן:מענדי

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

ווייס איינער ווי שרייבט מען דער נאמען פון דער פילם אויף ענגליש? איך וויל דאס פרווון אראפלאדירן. א דאנק. ►רוני◄ 19:22, 14 יוני 2006 (UTC) mendy --זאלי 19:26, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

וואו שטייט עס איז אן אמת'ע מעשה? איך האב דאס קיינמאל נישט געהערט. ווי איך פארשטיי (געהערט פון איינער וואס קען דעם דירעקטאר, אדאם ווארדי) קומען געוויסע פאקטן פון פערזענליכע דורכגאנגען פון אפאר פון די חסיד'ישע מיטארבעטער אויפ'ן פילם. אבער די מעשה הייסט נישט קיין אמת'ע. --קאצקער 19:38, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

רוב מעשה איז אמת ויציב, גרין דער הויפט כערעקטער וואס איז אויפגעוואקסן אין מאנרוי האט געסטראשעט דעם פראדוצירער אז ער וועט אים סוען פאר געלט ווייל ס'זיין מעשה, האט ער פארדרייט אביסל פאקטן, אבער די מעשה איז נאכגעשריבן אן ארטיקל פון וויליזש וואוס וואס איז דעמאלטס געווען זייער קאנטראווערסיעל און גאר שאקירענד באגלייט מיט בילדער וואס האט אויפגעשאקעלט אלע גוים און אידן צוגלייך, אז די בחורים האבן געבלעימט זייערע דראגס און סעקס לייף אויף די שטרענגע רעביס.--זאלי 19:43, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
יעדע פארם פון ליטערארישע אדער דראמאטישע פיקציע האט חלקים וואס זענען געבויט אויף פערזענליכע דורכלעבונגען. דער מעשה הייסט נאר אן אמת'ע אויב די הויפט פרטים פון דעם "פלאט" זענען אמת. אין דעם פאל: אז עס איז געווען א סאטמארער בחור וואס האט זיך פארליבט אין א טאנצער פון בראזיל וואס איז געווען א געוועזענער סטריפער, און זיך אנגעשלאסן מיט איר אין א רילעישענשיפ. איז אזא מעשה געשען?
דער ווילעדש וואוס ארטיקל איז געווען טאקע שאקירנד בזמנו, און דאס האט אפשר געדינט פאר'ן שרייבער אלץ א אנהייבס-פונקט, אבער זינט דעמאלס זענען שוין געווען הונדערטער חסיד'ישע בחורים וואס זענען אראפ פון וועג מיט זייער ענליכע דורכגאנגען. --קאצקער 19:57, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
דאס אז מען לייגט אריין ליבע איז א נארמאלער אנגענומענער ערשיינונג אין יעדן פילם אן דעם קוקט דאס קיינער נישט אן דער עיקר מעשה איז וויאזוי א גרופע בחורים האבן זיך אראפגעווארפן אידישקייט איין שיינעם טאג און אנגעהויבן צו נעמען דראגס און טאטוס און פרייע סעקס. דאס איז דער תוכן פון די דאקומענטערי, דאס צו די פרוי איז געווען א בראזיליאנער צו א שפאנישער איז שוין נישט קיין נפקא מינא. דער מעשה איז אמת ויציב--זאלי 20:03, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
גראדע אין דער פילם באקומט מענדי נישט קיין טעטוס. אבער דו ביזט גערעכט אז דער הויפט דערציילונג איז אראפצולייגן א פאל ווי איינער האט אפגעלאזט זיין חסיד'ישע פארגאנגנהייט. אבער אין דעם פרט איז עס נישט איין פאל, נאר הונדערטער פעלער. איך האב צוויי חברים וואס האבן געטון דאס זעלבע. אפשר איז די מעשה וועגן זיי?
אויך אויב דו קענסט זיך אביסל אין די געביטן פון "Literary theory" און "Drama theory" וואלסטו געוויסט אז א מעשה מיינט די פרטות'דיגע געשעענישן, נישט דער בערך'דיגער נושא. דער פילם טיטאניק הייסט נישט קיין אמת'ע מעשה, כאטש עס איז געשטעלט געווארן אין אמת'ע געשעענישן.--קאצקער 20:47, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]