פידלער אויפן דאך

פֿון װיקיפּעדיע
פלאַקאַט פון דעם פילם פון יאָר 1964

אַ פֿידלער אויפן דאַך איז אַ גאָר פּאָפּולערע מוזיקאַלישע פאָרשטעלונג און אַ פֿילם געשפילט אויף דער ענגלישער שפראַך, וואָס איז באַזירט אויפן בוך טבֿיה דער מילכיקער, געשריבן פֿון שלום עליכם. דער ערשטער באַשטראַל פון דער פאָרשטעלונג איז געווען 1964 אין בראָדווײַ. שפּעטער זענען אַרױס װערסיעס אין אַ סך פֿאַרשײדענע לשונות, מיט ייִדיש בתוכם.

דער העלד פון דער מעשׂה איז דער מילכיקער טבֿיה (אינעם פֿילם געשפּילט פֿון חיים טאָפאָל). ער וווינט מיט זײַן ווײַב גאָלדע און זײערע פינף טעכטער אין אַנאַטעווקע, רוסלאַנד.

טבֿיה שפיגלט אָפּ אַ תמימות'דיקן טראַדיציאָנאַלן ג-ט'ס פאָרכטיקן ייִד. דער עיקר וואָס די מעשׂה ברענגט אַרויס איז דאָס איבערקערעניש אָנהײב לעצטן יאָרהונדערט, אַז אָנשטאָט גיין צום שדכן (אין דעם פאַל יענטע די שדכנ'טע - מאָלי פּיקאָן) און דער טאַטע זאָל באַשליסן מיט וועמען די קינדער זאָלן חתונה האָבן, באַשליסן זיי דאָס איצטער אלײן לויט זייער געפיל און לױט דעם, וועמען זיי האָבן ליב.

בײַם ערשטן קינד, צייטל, וועלכע פאַרליבט זיך אין מאָטל קאַמזױל דעם שניידער, גיט איר עס דער טאַטע נאָך נאָכדעם וואָס זי האָט זיך געבעטן בײַ אים אַז זי וויל נישט חתונה האָבן מיט לייזער וואָלף אַ קצב אַן אַלמן ווי עס איז געװען אָפגעשמועסט צװישן יענטע, לײזער װאָלף און טבֿיה. אַזוי אויך בײַ דער צווייטער טאָכטער האָדל, וואָס וויל חתונה האָבן מיט פּערטשיק, אַ ייִדישער בחור אַ סאָציאַליסטישער רעוואָלוציאָנער, גיט טבֿיה איר אויך נאָך. זי איז אַפֿילו גרײט צו פאָרן קיין סיביר באַזוכן פּערטשיקן אין לאַגער און טבֿיה ווייסט אַז מעגלעך וועט ער זי מער נישט זען און זי וועט לכאורה נישט האָבן קיין טראַדיציאָנעלע חתונה.

אָבער בײַ דער דריטער און געליבטסטער פֿון אים טאָכטער, חוה'לע, וואָס פאַרליבט זיך אינעם גױ פיעדקע, קען ער שוין נישט איינשטימען מיט דעם און ער האַקט אָפּ מיט איר.

דער פילם ענדיגט זיך ווי מען פאַרטרײַבט די ייִדן פון אַנאַטעווקע, און טבֿיה פאָרט קיין ניו יאָרק, אַמעריקע. לייזער וואָלף קיין שיקאַגאָ און יענטע קיין א"י.

דער נאָמען "אַ פֿידלער אױפֿן דאַך" איז באשיינט געווארן פון מארק שאַגאַלס געמעלן.

באַוווּסטע ניגונים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די ניגונים אין דעם פילם זענען זייער אויפֿגעכאַפּט און פּאָפּולער, און זײ ווערן אַ סך נאָכגעזונגען ביזן הײַנטיקן טאָג. די סאַמע באַװוּסטעסטע פֿון זײ זענען׃

  • די תּורה („טראַדישען”)
  • װען איך בין אַ ראָטשילד („איף אײַ וואָז אַ ריטש מען”)
  • לחיים („לחיים טו לײַף”)

וועבלינק[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]