לדלג לתוכן

אינטערנעט

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון אינטערנעט קאפע הויז)
מאפע פון אלע סערווערס וואס זענען די רוקן-ביין פון אינטערנעט.

די אינטערנעץ איז אַ גלאבאלע סיסטעם פון פארבונדענע קאמפיוטער נעצווערק, וואס אנטהאלט ביליאָנען קאָמפּיוטערס צונויפגעבונדן אין אַ גרױסער נעץ. דאָס דערלױבט א קעגנזײַטיגן אינפֿאָרמאַציע-פֿלוס פֿון-און-צו אלע אנגעשלאסענע קאָמפּיוטערס. די אינטערנעץ שליסט איין מיליאנען פריוואטע, פובליק, אקאדעמישע, ביזנעס און רעגירונג נעצווערק.

די אינטערנעץ שטיצט א רייע סערוויסן, צווישן זיי די World Wide Web און דעם אינפראסטרוקטור פאר בליצפאסט.

די אינטערנעץ איז געשאפן געווארן אקטאבער 1969 אין אמעריקע. אין 1989 האט טים בערנערס-לי געשאפן די אלוועלטלעכע וועב.

היינט ווערן די טראדיציאנעלע קאמוניקאציע מעדיע, ווי למשל טעלעפאן, מוזיק, פילם און טעלעוויזיע איבערגעארבעט דורך דער אינטערנעץ. אויך דאס פארעפנטלעכן פון צייטונגען, ביכער און אנדערע געדרוקטע זאכן ווערט צוגעפאסט צו וועבזייטל טעכנאלאגיע, ווי אויך די נייע מאדעס פון בלאגן און וועבפידן.

מלוכה פֿון דער אינטערנעץ

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די אינטערנעץ דערמעגליכט אלעמען צוטריט צו א ים פון אינפארמאציע אויף אלערלײַ טעמעס.

די אינטערנעץ דערלויבט אויך מענטשן זיך אויסצושפרעכן אנאנים. דאס ברענגט אז מ'זאל זיך קענען ארויסהײַבן פון די געווענטליכע סאציאלע באגרעניצונגען און מאכן פארשריט דורך פרײַען טראכטן.‏[1]

מיט די צייט האט זיך די אינטערנעץ אנטוויקלט ווי רוב זאכן אין די וועלט, א ביישפיל איז די סאציאלע מידיע ווי פעיסבוק און אינסטאגראם און מענטשן האבן אנגעהויבן נוצן די פלאטפארמעס אלס א מיטל פון זיך ארויסגעבן אויף פארשידנארטיגע אופנים און ווי אויך איז דאס געווארן גאר געאייגנט פאר ביזנעסער.

דער אלוועלטלעכע וועב איז א וויכטיקער אפטייל פון דער אינטערנעץ וואס באדינט דאקומענטן און אנדערע רעסורסן דורך זייער URL.

באדינונגען אויף דער אינטערנעץ

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מען ניצט די אינטערנעץ פאר אסאך זאכן, ווי למשל עלעקטראנישע פאסט, אנליין שמועסן, דער וועלטס־געוועב (כולל וואלקן קאמפיוטעריי) און טעקע טראנספערן.

די מערסט באניצטע באדינונג אויף דער אינטערנעץ איז דער World Wide Web (אפט גערופן סתם דער "וועב"). דער "וועב" אנטהאלט וועבזייטלעך, בלאגן, און אויך וויקיס - איינשליסנדיק וויקיפעדיע. יעדער איינער קען זען בלעטער אויפן וועב (אחוץ ווען דער בלאט פאדערט א פאסווארט.

דער צווייטער הויפט באניץ פון דער אינטערנעץ איז שיקן און באקומען ע־פאסט. ע־פאסט שיקט מען פריוואט פון איין באניצער צו א צווייטן. תיכפדיקע מעלדונגען איז ענלעך צו ע־פאסט, אבער עס פאדערט אז ביידע פארטייען זאלן זיין אנליין צוזאמען, און לאזט מער ווי צוויי מענטשן אטייל נעמען.

איסור און קריטיק אױף דער אינטערנעץ

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
קאריקטור פארשפרײַט אין אידישע גאסן קעגן דער אינטערנעץ איבער איר סכנה צו א פרומען חינוך

א סך יִידישע רבנים האָבן ארויסגעגעבן אן איסור אויפן אינטערנעץ ווייל דאס קען ברענגען צו הארבע עבירות. דאס שאפט א פראָבלעם ווייל אין דער הײַנטיגער וועלט מוזן רוב ביזנעסער האָבן אינטערנעץ. דערפֿאַר פארלײַגט זיך דער איסור בעיקר אויף האבן אינטערנעץ-צוטריט אינדערהײַם, און שטרייכט אונטער אז אין ביזנעס זאל מען האבן נאר כשר אינטערנעץ, וואס זיפט דורך די אינפאָרמאציע און באגרעניצט צוטריט בלויז צו "רײַנע" זייטן.

עס אייז היינט פאראן פארשידענע אינטער נעץ פילטערס פון סיי פרומע, אידישע, און אויך נישט אידישע פירמעס און קהלות פאר געלט אדער פריי פון אפצאל.

אום ערב ר"ח סיוון תשע"ב, איז פארגעקומען די צענטראלע כינוס כלל ישראל אויפן ציל אפצוראטעווען די קומענדיגע דורות, און זיך לערנען די וועג וויאזוי זיך אומצוגיין מיט די פראבלעמען פון די אינטערנעט, וואס דרינגט אריין אינעם טאג טעגליכע לעבן, און טוהט היבש צעטרייסלען דאס יוגענד אויף אומגעוואונטשענע רעזולטאטן.

אז דאס פרײַע פליסן פון אינפאָרמאציע קען ברענגען אומגעוואונטשענע רעזולטאטן, דורך ליינען שאלות אויף אמונה, און נישט זעהן דעם ענטפער תיכף ומיד.

אינטערנעץ אדיקציע איז אן אפהענגיקייט וואו מען פארברענגט שעות אויף דעם אינטערנעץ. מען פיטערט די אבסעסיע און קאמפאלסיוונעס נאכאנאנד שטערקער און שטערקער, מען ווערט אריינגעדרײַט מיט אימפעט און טעמפא אן קיין אפשטעל, בײַנאכט און בײַטאג, מען פארלירט רואיגקײַט און פריוואטקײַט, סאיז נישט מער פארהאן קיין מחשבה און דורכטראכטונג, עס אינוואדירט יעדע סעקונדע פון לעבן, דאס פארהארגעט שלום בית און פארנאכלעסיגט פליכטן פון א טאטע אין שטוב, אדער ארבײַטארער אין ביזנעס וואס טוט נישט געהעריג זיין זשאב און זײַט אן פראבלעמען פון ליגענט און פאלטשקייט וואס מען ווערט נאכדעם געפײַערט פון די זשאב, און מען פארלירט די פרנסה.

רוב צייט וואס מען פארברענגט אויפן אינטערנעט איז געימס, נייעס, טשעט, און אזוי ווייטער זאכן וואס טוען גארנישט אויף און מען פילט זיך דערנאך זייער ביטער און דעפרעסט פארן גארנישט אויפטאן מיט די צייט.

לשון הרע, פאליטיק און מחלוקת

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די שמועס גרופעס ווי הייד פארק און סתם טשעט און אימעיל קאנסווארסעישאן'ס מאכט דעם מענטש אז ער מוז האבן די לעצטע ווארט, ווייל מיט א דרוק פון א קנעפל קען מען דאך בלייבן גערעכט. דער מענטש ווערט איינגעוואונט אז ער מוז האבן א מיינונג, אפילו סתם אזוי וואלט אים נישט אנגעגאנגען דער גאנצער ענין אבער אז ער וועט אריינגעדרייט דערין ווערט ער א גאנצער מבין און בעל שיטות אויף יעדע זאך. אויך לשון הרע דורך טשעט און סתם די אינטימע קאמיוניקאציע איז גורם דורכפאלן מיט לשון הרע מער אין ווירטואלען לעבן מער ווי אין נארמאלן לעבן.

פארשקלאפט דעם מענטש צו זיינע תאוות. (ווי נייגער און סעקס א.א.וו.)

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

90 פראצענט פון אלע זוכונגען אויף אינטערנעט סוירוטש ענזשין'ס ווי גוגל און יאהו איז דאס ווארט סעקס. אויך איז די מערסטע באזוכטע סייטס אזאלכע ברעיקינג נייעס ווי דראדזש רעפארט און סי.ען.ען. וואס טוישט זיך כסדר אויף די סעקונדע וואס ס'געשענט. דאס אינטערנעט זאגט פארן מענטש דו ביסט נישט בעל הבית, די נייעס און די תאוות געוועלטיגן איבער דיר. און די סטאטיסטיקס פון אינטערנעט סייטס ווייזן דאס אלס פאקט.

סאציאל אפגעזונדערט מדות בין אדם לחבירו ווערן קארופטירט

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

א מענטש מוז קענען רעדן מיט מענטשן, דאגה בלב איש ישיחנה, און סתם איבערשמועסן א גוט ווארט וואס פאלט איין אמאל. דער אינטערנעט איזאלירט אייך סאציאל, אז איר האט נישט די אלע קריטישע בענעפיטען פון חברה וחברים.

זינט אלעס איז אימעיל קאמיוניקאציע וואס דער מענטש ווערט א אי=מענטש אנשטאט א פנים הארץ און אזוי ווייטער. פארגעסט מען וויאזוי מען דארף זיך אויפירן צו א לעבעדיגן מענטש.

  1. די אויגן ווערן שוואך פון קוקן צופיל אין ליכטיגקייט פון קאמפיוטער עקראן.
  2. די פינגער ווערן אפגעשוואכט פון טייפן אזויפיל.
  3. די גאנצער גוף ווערט אפגעשוואכט פון זיצן צופיל אויפן חשבון פון איבונגען.


דערקעגן איז דא פיל מער מעלות פון דער אינטערנעץ, און דאס דארף ווערן אויסגעארבייט וויאזוי זיך צו פירן, די אלע זאכן וואס זענען חסרונות איז פונקט אזוי ווי אלע מאדערענע ערפינדונגען וואס אין אנפאנג איז זי געווען א שטער און שטרויכעלונג, ווי צום ביישפיל אן אויטאמאביל ווי מען קען גרינגער אנקומען צו תאוות און אפיקורסות. אדער א פענע וואס מקען זיך גרינגער שרייבן מיט אנדערע.