פאפא

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פאפא חסידות איז געגרינדעט געווארן אין דער שטאט פאפא, דורך הרב יעקב יחזקיהו גרינוואלד, דער רב פון דער קהילה עדת ישראל, אין דער שטאט פאפא.

זיין ממלא מקום איז געווען הרב יוסף גרינוואלד דער פאפא רב, ר' יוסף גרינוואלד האט איבער געפלאנצט די פאפא חסידות אין אמעריקע נאך דער צווייטער וועלט קריג, מיטן גרינדן די קהילה קהלת יעקב פאפא אין וויליאמסבורג, דער פאפא רב איז געווען א שטארקער אנהענגער אין בעלז, און דער פאפא חסידות גייט אין דעם בעלזער דרך.

זיין ממלא מקום, דער עלסטער זון ר' יעקב יחזקיה גרינוואלד פון וויליאמסבורג. זיין צווייטער זון, איז אבד"ק פאפא קהילת יוסף אין בארא פארק הרב ישראל מנחם גרינוואלד. זיין דריטער זון, איז דומ"ץ פאפא וויליאמסבורג הרב אהרן גרינוואלד.

  • רבי יעקב יחזקיהו גרינוואלד, מחבר פון ויגד יעקב
    • רבי יוסף גרינוואלד (נפ' י"ג אב תשמ"ד), מחבר פון ויחי יוסף
      • רבי יעקב יחזקיהו גרינוואלד פון וויליאמסבורג, היינטיגער פאפער רבי