יעקב יחזקיה גרינוואלד (ב)
געבורט |
17 אפריל 1948 (אלט 76) אנטווערפן, בעלגיע |
---|---|
פאך | אדמו"ר |
רבי יעקב יחזקי' גרינוואלד איז דער היינטיגער רבי פון פאפא חסידים, און רב פון די קהילה קהלת יעקב פאפא און ווילאמסבורג, ווי אויך קהלת יעקב אין בארא פארק און אין מאנסי. ער איז דער עלטסטער זון פון רבי יוסף גרינוואלד, דער פריערדיגער פאפא'ער רב.
ער איז געווען דיין בעפאר ער איז געווארן רב, אבער האט אפגעלאזט דאס דיינות ווען ער האט אנגענומען די רבנות פאסטען אין זומער פון תשמ"ד.
ער איז א שטילער איידעלער איד. ער איז א א שטיקל קנאי, בפרט אין "כאניאקישע" ענינים. איינמאל האט ער אליינס אראפגעריסן א פלאקאט (פון פאטאקי-קאמפיין) אין שול, אלס א הוראה אז דער איז א מקום קדוש אין מען טאר נישט דארטן הענגען אזוינע פלאקאטן. דער אקט איז געווען באטראכט ווי א שטארקע גבורה אז א רבי זאל אליינס רייסן פלאקאטן. אויך האט ער ביי א חתונה פון זיינס א מתפלל, וועלכער האט געלאזט כאפן ווידעא (וואס איז נישט ערלויבט אין פאפא) גאר שארף מוחה געווען ברבים. דער מתפלל איז געווארן באליידיגט אבער ס'איז אים נישט אנגעגאנגען.
ער איז א באשיידענער מענטש און פרובירט צו לעבן בשלום מיט יעדן, ובפרט מיט זיינע געשוויסטער: זיינע יונגערע ברידער, ר' ישראל מנחם גרינוואלד אבד"ק פאפא בארא פארק, און ר' אהרן גרינוואלד דער היינטיגער פאפא דיין. און שוואגערס, ר' משה ראזנער אבד"ק טערצאל, און ר' יעקב שלמה מייזליש אבד"ק לימנוב.