זשואיש פרעס

פֿון װיקיפּעדיע
זשואיש פרעס
The Jewish Press
www.jewishpress.com

זשואיש פרעס - איז א רעכטע שטארק צינוסטישער צייטונג וואס ווערט ארויסגעגעבן וועכנטליך אין ניו יארק פאר מאדערן ארטאדאקס אידן, וואס וואוינען אין פלעטבוש, טינעק, וועסט סייד, ריווערדעיל. און אזוי ווייטער. עס האלט זיך פאר די גרעסטע אידישער צייטונג אין אמעריקע.

דאס איז געגרינדעט דורך ר' שלום קלאס אין א שותף און איז אריבער צו זיין טאכטער וואס איז אן עגונה.

זיי האבן גאר באלערענדע קאלומנעס פון אלע שישקעס און עסקנים פון ארטאדאקסישן אידנטום. פון צווישן זיי, מארווין שיק, רעביצען אסתר יונגרייז, ר' יחזקאל גאלדוואסער, סטיווען פלאוט, ר' יצחק לעווין דער אינגער זשורנאליסט אהרן קליין און פילע נאך. זייער איצטיגער רעדאקטאר איז זשעיסאן מאוז וואס האט אויך פילע בלערענדע קאלומנעס.

חסידים קויפן דאס בעיקר צוליב די מערסטע פאפולערע קלאסיפירטע רעקלאַמעס וואס דאס פארמאגט יעדע וואך פאר אַרבעט, שטעלעס און אנדערע פרנסה געלעגנהייטן.

זיי האבן די מערסטע רעקלאַמעס פון אלע אידישע צייטונגען, ד.ה. אין ביזנעס זענען זיי די מערסטע מצליח פון אלע אידישע צייטונגען. אבער עס איז זייער ארים און נידעריג אין זשורנאליסטישע סטאנדארט. ווייל עס איז בעיקר פראפעגאנדע און איינזייטיגע השקפה. כמעט נישטא קיין נייעס.

אבער זיי האבן יא אינטערסאנטע באלערנדע ארטיקלען לגבי היסטאריע און וויסנשאפט.

זיי האבן א באזונדערע אפטיילונג פאר קינדער גערופן "פאמיליע מאגאזין", און אויך אן אפטיילונג פאר ערוואקסענע גערופן "פעמילי אישוס" וואס ספעציעל געלייגט אינמיטן כדי אז מען זאל עס קענען ארויסנעמען און די קינדער זאלן דאס נישט זעהן.

עס באלאנגט פאר די קלאס משפחה, זיי האבן איין אייניקל וואס לערנט זיך איצט אין קאלאמביע זשורנאליזם און מ'לייגט גרויס האפענונג אז ער וועט ארויפארבייטן די צייטונג וואס זיין מאמע און זיידע האבן נישט מצליח געווען.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

יידישע צייטונגען

אונזער טריבונע | אידישע טריבונע | בקהילה | גלאבס | די חרדישע וועלט | די צייטונג | דער איד | דער אלגעמיינער זשורנאל | דער בלאט | הארץ | המודיע | המבשר | זשערוסאלעם פאסט | זשאואיש וויק | זשואיש פרעס | ישראלי | ישראל היום | יתד נאמן | ידיעות אחרונות | לעבנס פראגן | מעריב | מקור ראשון | פנים אל פנים | פנים חדשות | פארווארד | פארווערטס | פייוו טאונס זשואיש טיימס | שלום