לדלג לתוכן

וויזשניץ (הויף)

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון וויז'ניץ (בני ברק))

וויזשניץ אין בוקאווינא, אמאל אין רומעניע, היינט אין אוקראינע, איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, וואס דארט האט געוואוינט רבי מענדיל האגער זצ"ל באקאנט אלץ "דער צמח צדיק", דער גרינדער פון דער וויזשניצער דינאסטיע, אן אפצווייג פון דער קאסאווער דינאסטיע.

דער אמאליגער גרויסער בית מדרש אין דער שטאט וויזשניץ, בוקאווינא

וויזשניץ איז היינט איינע פון די גרעסטע חסידות'ן, מיט אומגעפער צען טויזנט משפחות צווישן די פארשידענע וויזשניצער הויפן, די גרעסטע און צענטראלע הויפטקווארטירט אין קרית וויזשניץ, בני ברק און ציילט אפ אומגעפער 3,500 משפחות. דער היינטיגער רבי איז רבי ישראל האגער, דער עלטערער זון פונעם פריערדיגן רבי׳ן רבי משה יהושע, דער ״ישועת משה״.

דערצו איז פאראן א הויף אונטער דעם נאמען "מרכז חסידי וויזשניץ" וואס געפינט זיך אויף עזרא גאס, אונטער דער פירערשאפט פון רבי מענדיל האגער. אנדערע אפצווייגן פון דער וויזשניצער חסידות זענען: וויזשניץ מאנסי, וואס רעכנט אומגעפער 2,000 משפחות, סערעט וויזשניץ און "שאץ וויזשניץ״ אין חיפה. אזוי אויך זענען פאראן נאך א פאר קליינע הויפן וואס שטאמען פון דעם וויזשניצער גזע אזוי ווי ווישאווא, אנטאניא, דזשיקאוו וויזשניץ, און קאסאוו וויזשניץ.

נאך דעם שרעקליכן חורבן אייראפע האט רבי חיים מאיר האגער, דער "אמרי חיים", פון מארמאראש ראמעניע איבערגעפלאנצט דאס חסידות אין ארץ ישראל. נאך זיין פטירה אין יאר ה'תשל"ב איז דאס חסידות צוטיילט געווארן צו צוויי הויפן לויט דער צוואה. זיין עלטסטער זון רבי משה יהושע האט איבערגענומען די רעביסטעווע און אויפגעשטעלט א חצר אין בני ברק, און זיין זון רבי מרדכי האגער האט אויפגעשטעלט זיין חצר אין מאנסי, ניו יארק.

רבי משה יהושע האט געדינט אלס נשיא פון דער מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל. דער צענטער פונעם חסידות איז אין קרית וויזשניץ אין בני ברק, וואו מער ווי 2,300 משפחות וואוינען. דאס חסידות האט קאנצענטראציעס פון חסידים אין ירושלים, רחובות, אלעד, ביתר עילית, בית שמש, מודיעין עילית, אשדוד, חיפה, עפולה און צפת. אין חו"ל זענען פאראן וויזשניצער שטיבלעך אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע - בארא פארק, וויליאמסבורג און מאנסי, און אין אייראפע - אין אנטווערפן, לאנדאן און מאנטשעסטער. עס זענען אויך דא עטליכע משפחות פון וויזשניץ אין ציריך, וויען און מעלבארן.

אוהל אדמו"רי וויזשניץ אין דעם "שומרי שבת" בית החיים אין בני ברק

פראקטיש האט זיך דאס חסידות צעשפאלטן אין די לעצטע יארן פון רבי משה יהושע צווישן זיינע צוויי זון. דער בכור רבי ישראל האט געפירט דאס חסידות בפועל צוליב זיין פאטערס קראנקייט. רבי מנחם מענדיל האט געדינט אלס אב"ד קריית וויזשניץ אין בני ברק, אבער למעשה האט ער געפירט אן אייגענעם הויף.

היינט איז רבי ישראל וויזשניצער רבי אין בני ברק, און רבי מענדיל פירט א הויף "מרכז חסידי וויזשניץ" אין בני ברק.

די איידעמער פונעם ״ישועת משה״ זענען: דער סקווערער רבי - הרב דוד טווערסקי, דער סאטמארער רבי - הרב אהרן טייטלבוים, דער בעלזער רבי - הרב ישכר דוב רוקח און רב מנחם ערנסטער, ראש ישיבה פון דער וויזשניצער ישיבה.

רבי מרדכי האט זיין צענטער פונעם חסידות אין מאנסי, ניו יארק. זיינע חסידים האבן שטיבלעך אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע - בארא פארק, וויליאמסבורג און מאנסי, און אין אייראפע - אין אנטווערפן, לאנדאן און מאנטשעסטער. אין ארץ ישראל זענען דא פיליאלען פונעם מאנסי-וויזשניצער הויף אין ירושלים, בני ברק און בית שמש אין הויפט פון רבי ברוך שמשון האגער, זון פון רבי מרדכי פון וויזשניץ-מאנסי רבי און איידעם פון זיין שוועסטער-קינד דער וויזשניצער רבי פון בני ברק רבי ישראל.


דער אפיציעלער רב פון דער וויזשניצער קהילה איז געווען רבי משה יהושע האגער, ביז דעם טאג ער איז געקרוינט געווארן רבי. נאכדעם וואס ער איז געווארן רבי, האט מען ממנה געווען אלס רב זיין עלטערן זון רבי ישראל (דער היינטיגער רבי), און שפעטער אין ה'תש"ן זיין יונגערער זון רבי מענדיל. געציילטע יארן שפעטער ווען רבי ישראל איז צוריקגעקומען קיין וויזשניץ, למעשה פלעגט דינען אלס רב פון דער קריה דער דיין רבי משולם זושא לוריא ביז צו זיין פטירה אין ה'תשע"ז, און נאך אים האט באקומען די אויפגאבע רבי יעקב מאיר שטערן. אלס ראש בית דין פונעם וויזשניצער בית דין איז באשטימט רבי משה שאול קליין.

אין אנדערע שטעט אין ארץ ישראל דינען אלס רבנים פון דער וויזשניצער קהילה די פאלגנדע: הרב צבי הירש וויזשניצער אין אשדוד, הרב מנחם מענדל פקשר און הרב שרגא פייוול וויינבערגער אין אלעד, הרב מרדכי שלמה שטיינמעץ אין הר נוף ירושלים, הרב קלמן ווייס אין בית שמש, הרב שלמה איצקאוויטש אין ביתר עילית, הרב ברוך שטערנבוך אין מודיעין עילית, הרב חיים מאיר גרינבוים אין חיפה און הרב מענדל טובאק אין עפולה. אנדערע באדייטענע רבנים זענען הרב משה שטיין מו"צ אין דעם בית דין פון הרב וואזנער און הרב אברהם צבי הכהן מו"צ אין שיכון ה' געגנט אין בני ברק.

רבי יעקב קאָפל חסיד ( - ט"ו אלול ה'תקמ"ז). בעל תפלה פונעם בעל שם טוב.

רבי ישראל האגער - וויזשניצער צווייג

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי חיים האגער - אנטאניא צווייג

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
יעקב קאפל חסיד
(תלמיד פונעם
בעל שם טוב)
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
מנחם מענדיל האגער פון קאסאוו
אהבת שלום
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
חיים האגער פון קאסאוו
תורת חיים
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
יעקב שמשון האגער פון קאסאוו
 
 
יוסף אלטער האגער
פון ראדעוויץ
(תק"ף-תרל"ט)
(אייניקל פון הר"ר
משה צבי סאווראנער)
 
 
מנחם מענדיל האגער
ערשטער וויזשניצער רבי
צמח צדיק
(תק"ץ-תרמ"ד)
(איידעם ביי ישראל פון רוזשין)
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
ברוך האגער
צווייטער וויזשניצער רבי
(תר"ה-תרנ"ב)
אמרי ברוך
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
ישראל האגער
דריטער וויזשניצער רבי
אהבת ישראל
(תר"ך-תרצ"ו)
 
 
 
 
 
 
חיים האגער פון אטיניע
טל חיים
(תרכ"ג-תרצ"א)
רבי חיים פון אטיניע
 
משה האגער פון שאץ
 
שמואל אברהם אבא האגער פון האראדענקע
 
יצחק יעקב דוד האגער
פון סטראזשניץ
(תרכ"ו-תרצ"ב)
 
פינחס האגער פון בורשא
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
מנחם מענדיל האגער
אב"ד ווישעווע
(1886-1941)
 
חיים מאיר האגער
פערטער וויזשניצער רבי
אמרי חיים
(1888-1972)
 
אליעזר האגער
דמשק אליעזר
(1890-1945)
 
ברוך האגער
וויזשניצער רבי אין סערעט און חיפה
מקור ברוך
(1895-1963)
 
ישראל שלום יוסף האגער
רבי פון סטאניסלאוו
 
מנחם מענדיל האגער
רבי פון אטיניע
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
משה יהושע האגער
פינפטער וויזשניצער רבי, בני ברק
ישועות משה
תרע"ו-תשע"ב
 
מרדכי האגער
וויזשניצער רבי פון מאנסי
 
אליעזר האגער
סערעט־וויזשניצער רבי אין חיפה
 
משה האגער, ראש ישיבה פון סערעט־וויזשניץ
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
ישראל האגער
זעקסטער וויזשניצער רבי, בני ברק
 
מנחם מענדיל האגער
אדמו"ר, בני ברק
 

ספרים פונעם וויזשניצער הויף

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זשורנאלן און בלעטער:

  • בית ויז'ניץ - חודש זשורנאל פונעם חסידות (זייט תמוז תשנ"ב)
  • צעירי ויז'ניץ - בלאט פון צעירי וויזשניץ ארגאנציזאציע (זייט תמוז תשנ"ב)
  • מלכות ויז'ניץ - חודש זשורנאל פון רבי מענדיל האגער פון בני ברק (זייט תשס"ח)
  • פונעם רבינ'ס הויף- וועכנטלעכער זשורנאל מיט מאמרים פונעם רבי'ן ווערנט דער וואך, און א באריכט פונעם רבינס טעטיקייטן.