יעקב שמשון האגער

פֿון װיקיפּעדיע

רבי יעקב שמשון האגער זצ"ל (ה'תקע"ד - י"ט אדר ה'תר"ם), רב פון קאסאוו.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יעקב שמשון איז געבוירן אין יאר ה'תקע"ד, צו זיין פאטער הרב חיים האגער רב אין קאסאוו, א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער רב אין קאסאוו "דער אהבת שלום", א זון פון הרב יעקב קאפל חסיד. און צו זיין מוטער מרת צפורה ( -י"ט טבת ה'תרל"א), א טאכטער פון הרב יהודה מאיר שפירא פון שעפעטיווקע, א זון פון הרב פנחס קאריצער.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נאג די פטירה פון זיין פאטער אין יאר ה'תרי"ד איז רבי יעקב שמשון געווארן דער ממלא מקום פון פאטער, רב אין קאסאוו, ער איז געווען באקאנט אלץ קלוגער און בעל רוח הקודש.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יעקב שמשון איז נפטר געווארן י"ט אדר ה'תר"ם.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יעקב שמשון האט געהייראט בזיווג ראשון א שעפעטיווקא אייניקל, נאך צען יאר און זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער האט ער זי גע'גט. בזיווג שני האט ער געהייראט א טאכטער פון הרב דוד שטערנהעל פון קאלאמייע, זי האט אויך נישט געהאט קיין קינדער און ער האט זי אויך גע'גט. בזיווג שלישי האט רבי יעקב שמשון געהייראט מרת חוה א טאכטער פון הרב יעקב יוסף פון אוסטראה אן אייניקל פון רבי ייבי פון אוסטראה. זייער איינציגער זון:

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר