חיים האגער (קאסאוו)
רבי חיים האגער זצ"ל (ה'תקנ"ה - כ"ה אייר ה'תרי"ד) פון קאסאוו. "דער תורת חיים".
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי חיים איז געבוירן אין יאר ה'תקנ"ה, צו זיין פאטער הרב מנחם מענדיל האגער פון קאסאוו "דער אהבת שלום", א זון פון הרב יעקב קאפל חסיד. און צו זיין מוטער מרת שיינא רחל א טאכטער פון הרב שמואל שמחה זימל קאך פון קאסאוו.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי חיים איז געווען באקאנט אלץ למדן, די גדולי התורה האבן זיך געשריבן מיט אים. נאך זיין פאטער'ס פטירה איז רבי חיים געווארן דער ממלא מקום פון פאטער רב אין קאסאוו, ער האט אנגעפירט דאס רבנות מיט א פעסטקייט.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי חיים איז נפטר געווארן כ"ה אייר ה'תרי"ד, ס'איז אויפגעשטעלט געווארן אן אוהל אויף זיין קבר.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי חיים האט געהייראט מרת צפורה ( - י"ט טבת ה'תרל"א), א טאכטער פון הרב יהודה מאיר שפירא פון שעפעטיווקא, (אן איידעם פון הרב יעקב שמשון רב אין שעפעטיווקא), א זון פון הרב פנחס שפירא פון קאריץ. זייערע קינדער:
- הרב יעקב שמשון האגער (ה'תקע"ד - י"ט אדר ה'תר"ם), ממלא מקום פון פאטער, רב פון קאסאוו.
- הרב יוסף אלטער האגער (ה'תק"ף (אומגעפער) - ח' תמוז ה'תרל"ט), פון ראדאוויץ.
- הרב מנחם מענדיל האגער (דער ערשטער) (כ"ד אייר ה'תק"ץ - כ"ט תשרי ה'תרמ"ה) פון וויזשניץ. באקאנט אלס "דער צמח צדיק".
- מרת יוכבד, די ווייב פון הרב פנחס יוסף שפירא פון קאסאוו, אן אור-אייניקל פון הרב פנחס שפירא פון קאריץ.
- מרת העניא, די ווייב פון הרב ישראל פון קרעמניץ, אן אייניקל פון הרב יחיאל מיכל פון זלאטשאוו.
- מרת שיינא רחל, די ווייב פון הרב יהושע אלעזר חודורוב, פון קאלאמייע.
זיינע ספרים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- תורת חיים
- תורת חיים תנינא
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר