משה שאול קליין

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי משה שאול קליין ( ו' אדר א' ה'תשי"ד, 9טן פעברואר 1954), איז א חסידישער דיין און א פוסק הלכה, ראש בית דין ד'קהל "אהבת ישראל" וויזניץ, רב פון דער "אור החיים" געגנט אין בני ברק, און ווי אויך פונעם חרדי'שן שפיטאל "מעייני הישועה".

רבי משה שאול קליין

לעבנסגעשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי משה שאול איז געבוירן געווארן אין דער שטאט בני ברק צו זיינע עלטערן רבי שלמה און מרת שיינדל קליין, וויזשניצער חסידים. אין זיין קינדהייט האט ער געלערנט אינעם "חוג חת"ם סופר" חדר, און נאכהער האט ער פארגעזעצט צו באקומען זיין אויסבילדונג אין דער בארומטער "חכמי לובלין" ישיבה. אין עלטער פון 19 יאר האט ער ערהאלטן סמיכה להוראה פונעם ראש ישיבה הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל בעל "שבט הלוי". אינעם זעלבן יאר האט ער אויך געהייראט זיין ווייב מרת שרה פראדל, די טאכטער פון רבי אלקנה אָוויטש, א משגיח אין דער וויזשניצער ישיבה.

נאך זיין חתונה האט ער אנגעהויבן צו דינען אלס א מו"צ אין אויפטראג פונעם בית הוראה "שבט הלוי". עטליכע יאר האט ער געדינט אלס ראש כולל "שבט הלוי" וואס געפינט זיך אין דער "זכרון מאיר" געגנט אין בני ברק. אין די 1980ער יארן איז ער בארופן געווארן אלס רב פון דער "אור החיים" געגנט (צוזאמען אינאיינעם מיט'ן ליטווישן רב רבי צבי פריעדמאן), און צוזעצליך איז ער באשטימט געווארן רב פון דער צענטראלער חסידישער שוהל "משכן שמואל", וועלכע געפינט זיך אויך אין דער זעלבער געגנט. אנפאנג פון די 1990ער יארן האט ער באקומען נאך א באדייטנדע און וועזנטליכע שטעלע - רב פונעם דערנעבנדיגן און בארימטן "מעייני הישועה" קראנקן-הויז. ער דינט אויך אלס ראש בית דין פונעם וויזשניצער בית דין אין קרית וויזשניץ בני ברק. אין זיין בית מדרש ס'איז פאראן א גרויסע "בית הוראה", דארט וואו ער זעלבסט און זיינע תלמידים נעמען אויף מענטשן. אויסער זיין רייכהאלטיגער טעטיגקייט און די אויבערדערמאנטע צאלרייכע אויפגאבעס וואס ער טראגט שוין אויף זיינע פלייצעס, דינט ער אויך אלס דער הויפט רב פון "וועד הרבנים ד'משמרת סת"ם", ווי אויך אלס דער הויפט רב און פארוואלטער פונעם "טהרת ישראל" אנשטאלט. רבי משה שאול איז אויך א מיטגליד אין דער לייטונג פון "קופת העיר", די גרעסטע "צדקה קאסע" איבער דער יידישער וועלט, און דינט אלס הויפט רב און פוסק פונעם "בוני עולם" ארגאניזאציע אין ארץ ישראל.

רבי משה שאול ווערט פארעכנט אלס איינער פון די פראמינענטסטע תלמידים פונעם גרויסארטיגן פוסק בעל "שבט הלוי" זצ"ל, און א רייכע צאל מענטשן ווענדן זיך צו אים אום צו ערלאנגען א היתר הוראה (ערלויבעניש צו פסק'נען הלכות).

זיינע קינדער[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

זיין איידעם רבי אפרים נייהויז דינט אלס א דיין אין זיין בית דין.

זיין זוהן רבי שלמה איז און יאהר תשע"ז (2017), אויפגענומען געווארן אלס רב אין דער חסידישער קהילה פון דעם חרדישן שטעטל "עמנואל", און אויפגעשטעלט א "בית הוראה" ווי די דארטיגע איינוואוינער קענען קומען פרעגן פראגן אין טעגליך לעבן.

זיינע ספרים[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • שאילת משה - טיפע שיעורים און תשובות אויף שו"ע, דערווייל פאַרעפענטליכט עטליכע בענדער אויף הלכות נדה, סת"ם און איסור והיתר.
  • יסוד הטהרה ומשמרת טהרה - לויט די שיעורים פון רבי משה שאול אין הלכות טהרת המשפחה. ביידע ספרים זענען ארויסגעגעבן געווארן דורך זיין תלמיד רבי הלל ווערטהיימער.
  • ויקהל משה - פיר בענדער, שיעורים אויף דער וואכנדיגער פרשה מיט פארשידענע הלכות'דיגע סוגיות. פארעפנטליכט געווארן דורך זיין תלמיד רבי דוב ווערטהיימער.