לדלג לתוכן

חיים מאיר האגער

פֿון װיקיפּעדיע
חיים מאיר האגער
געבורט 1887
וויזשניץ, עסטרייך אונגארישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1972 (אלט 85 בערך)
בני ברק, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה עסטרייך אונגארישע אימפעריע, קעניגרייך פון רומעניע, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
חיים מאיר האגער
וויזשניצער רבי
הרב חיים מאיר האגער
הרב חיים מאיר האגער
עיקר חיבור אמרי חיים
געבורט ט"ו כסלו תרמ"ח
וויזשניץ
פטירה ט' ניסן תשל"ב
קבורה ארט בני ברק
חסידות וויזשניץ
הויף ארט בני ברק
נומער אין דינאסטיע 4
פאריגער רבי ישראל האגער
נאכפאלגער רבי משה יהושע האגער
רבי מרדכי האגער
פאטער רבי ישראל האגער
מוטער הינדא הורוויץ
ווייב מרגלית טווערסקי
קינדער
משה יהושע האגער
מרדכי האגער
חנה מרים סימא ווייס
הינדא אדלער
שבע ברכה ערנסטער
צפורה פרידמאן
דער ארטיקל דיסקוטירט דעם פריערדיגן וויזשניצער רבי. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט חיים מאיר האגער (באדייטן).

רבי חיים מאיר האגער זצ"ל (ט"ו כסלו ה'תרמ"ח - ט' ניסן ה'תשל"ב), דער פערטער וויזשניצער רבי, איז באקאנט מיט דעם נאמען "דער אמרי חיים".

רבי חיים מאיר איז געבוירן אין וויזשניץ ט"ו כסלו ה'תרמ"ח, צו זיין פאטער הרב ישראל האגער, פון וויזשניץ, "דער אהבת ישראל", א זון פון הרב ברוך האגער, פון וויזשניץ, "דער אמרי ברוך", א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער פון וויזשניץ, באקאנט אלס "דער צמח צדיק", א זון פון הרב חיים האגער פון קאסאוו, "דער תורת חיים", א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער, פון קאסאוו, "דער אהבת שלום". און צו זיין מוטער מרת מרת הינדא א טאכטער פון הרב מאיר הורוויץ, פון דזשיקאוו, "דער אמרי נועם", א זון פון הרב אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס "רבי אליעזר'ל דזשיקאווער", א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב

זיין פאטער האט אויף אים געזאגט ער איז א "בעל שם טוב ייד", און ער ווייס נישט פון וואנען ער האט זוכה געווען צו אזא זון.

פון יאר ה'תר"ע איז רבי חיים מאיר געווען רב אין ווילחאוויץ, מאראמאראש, ביז אין יאר ה'תרצ"ו איז ער געווארן ממלא מקום פון זיין פאטער אין גרויסווארדיין.‏[1]

ביי דעם חורבן אייראפע האט מען אים ארויס געשווערט פון געטא אין גרויסווארדיין אריין אין די וועלדער, פון דארט האט מען אים אריבער געשווערט קיין בוקארעסט וואו ער ער איז געבליבן ביז צום באפרייאונג.

נאך דעם חורבן אייראפע אין יאר ה'תש"ו איז רבי חיים מאיר צוריק געפארן קיין גרויסווארדיין, פון דארט האט ער זיך אריבערגעצויגן אין יאר ה'תש"ז קיין אנטווערפן, אין ענדע פון יאר איז ער ארויף קיין ארץ ישראל, און זיך באזעצט אין תל אביב.

רבי חיים מאיר איז געווען דער ערשטער רבי אויף צושטעלן אן אייגן שטעטל, און מיט גרויסע שוועריגקייטן האט ער אויפגעשטעלט דעם שיכון וויזשניץ אין בני ברק.

פון יאר ה'תש"י האט רבי חיים מאיר שוין געוואוינט אין שיכון וויזשניץ און אנגעפירט פון דארט מיט זיין פארצווייגטער ארבעט, ער האט דארט אויפגעשטעלט א געוואלדיגן חסידישן מיליטער, אין וועמען ער האט אריינגעשיינט תורה מיט יידישקייט.

רבי חיים מאיר איז געווען איינער פון די פירערס פונעם ארטאדאקסישן יידנטום אין ארץ ישראל, און איז געווען פון די אנגעזענע פירערס פון אגודת ישראל און א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה.

זיינע גבאים זענען געווען ר' יצחק דוד רעזמאוויטש און ר' מנחם אליעזר מאזעס.

רבי חיים מאיר איז נפטר געווארן ערב שבת קודש ט' ניסן ה'תשל"ב, און ער ליגט אין זכרון מאיר בני ברק, אין אהל פון זיין פאטער צוזאמען מיט זיינע ברידער.

אין יאר ה'תרס"ה האט רבי חיים מאיר געהייראט מרת מרגליא א טאכטער פון הרב זאב (וועלוועל) טווערסקי, פון רחמיסטריווקא, א זון פון הרב יוחנן טווערסקי פון רחמיסטריווקא. זייערע קינדער:

  1. זכרון יהודה, עמ' קל"ו, ציטירט אין שבת בשבתו, רבי חיים מאיר האגער, פ' מצורע תשע"א (באנד 845)
  2. הרה"צ רבי ישראל אליעזר אדלר יוכתר לאדמו"ר
  3. אשר קליין, ‏אבל כבד בוויזשניץ, אויף JDN וועבזייטל, כ"ו טבת תשע"ג (אויף העברעיש)


פֿריערדיגער:
הרה"צ ישראל האגער
"אהבת ישראל"
וויזשניצער רבי
תרצ"ז - תשל"ב
"אמרי חיים"
נאָכפֿאלגער:
הרה"צ משה יהושע האגער (בני ברק)
הרה"צ מרדכי האגער (מאנסי)