ישראל אליעזר אדלער
געבורט |
1956 (אלט 68 בערך) כ"ה טבת תשט"ז |
---|---|
מדינה | ישראל |
הרב ישראל אליעזר אדלער (געב' כ"ה טבת תשט"ז) איז דער דזשיקאוו-וויזשניץ רבי אין ארץ ישראל.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]הרב ישראל אליעזר איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער רבי נפתלי חיים אדלער, דזשיקאווער רבי אין נתניה, א זון פון רבי מרדכי יהודה אדלער פון ירושלים, אן איידעם פון רבי אליעזר ניסן הורוויץ פון צפת, א זון פון רבי נפתלי חיים הורוויץ פון ירושלים, א זון פון רבי מאיר הורוויץ, דער "אמרי נועם" פון דזשיקאוו, און צו זיין מוטער מרת הינדא, די טאכטער פונעם וויזשניצער רבין רבי חיים מאיר האגער, א זון פון דעם "אהבת ישראל" פון וויזשניץ רבי ישראל האגער, דער איידעם פונעם "אמרי נועם" פון דזשיקאוו.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אלס בחור האט ער געלערנט אין דער סלאנימער ישיבה בית אברהם, וואו רבי שמואל בערעזאווסקי (היינט זיין שוואגער און סלאנימער רבי) איז געווען א מגיד שיעור. ער האט געהייראט מרת ריקל גיטל ערנסטער, א טאכטער פון זיין פעטער רבי משה ערנסטער, אן איידעם פונעם וויזשניצער רבין רבי חיים מאיר.
ווען מען האט אויפגעשטעלט דעם וויזשניצער קווארטאל אין רחובות, האט זיין פעטער, דער "ישועות משה" פון וויזשניץ אים באשטימט רב דארטן. ער איז געווארן איינער פון די מנהיגים אין וויזשניץ וואס אסאך חסידים טון זוכן עצות ביי אים. ער ציט אן עולם צו זיינע באטעס, און א היפשע צאל וויזשניצער חסידים פארן מיט אים ווי אמאל קיין מירון אויף א שבת התאחדות.
אייר תשע"ב, נישט לאנג נאך דער פטירה פונעם ישועות משה, האט דער וויזשניצער רבי, רבי ישראל האגער מכתיר געווען אים "דזשיקאווער רבי"; א טייל פון זיינע וויזשניצער חסידים האבן אים מקבל געווען ווי זייער רבי.[1]
משפחה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די קינדער פון רבי ישראל אליעזר און זיין ווייב מרת ריקל גיטל זענען:
- הרב מנחם מענדיל, האט געהייראט מרת חיה חנה, טאכטער פון זיין שוועסטער קינד הרב ברוך שטערנבוך[2], רב פון די וויזשניצער חסידים אין בראכפעלד
- הרב לוי יצחק איידעם פון ר' אלימלך בידערמאן
- מרת צירל, די ווייב פון רבי דוד משה ראזנבוים, זון פון רבי מנחם אליעזר זאב ראזנבוים פון קרעטשענעוו.
- מרת יוכבד, די ווייב פון הרב ישראל מיכאל בידערמאן, זון פונעם לעלאווער רבין אין בני ברק.
- מרת חוה, די ווייב פון רבי יוחנן שוחט, זון פונעם קארלינער רבין.
- מרת רבקה, ווייב פון רבי יחיאל דאנציגער, זון פון רבי אליעזר, דער עלטסטער זון פון רבי ישראל צבי יאיר פון אלעקסאנדער.
- מרת אסתר, די ווייב פון רבי יעקב לייפער, זון פון רבי מרדכי פון פיטסבורג.
- מרת רחל, די ווייב פון רבי ישראל לעמבערגער, זון פונעם מאקאווער רב.
- מרת שרה פראדל, די ווייב פון רבי מרדכי שלמה שטערן, אייניקל פון רבי ישראל אברהם פון סקולען.
- מרת מרגלית, די ווייב פון רבי מרדכי שלמה ברייער, זון פונעם באיאנער רבין.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ רוב דזשיקאווער חסידים מיט זייער רבי און זיין משפחה זענען אומגעקומען אין דעם חורבן אייראפע. נאכער האט מען מכתיר געווען עטלעכע איבערגעבליבענע אייניקלעך, אבער זיי האבן נישט מצליח געווען צוריקבויען דאס חסידות. דער דזשיקאווער הויף איז געווען שטארק פארבונדן מיטן וויזשניצער הויף: דער אהבת ישראל פון וויזשניץ איז געווען אן איידעם ביים "אמרי נועם" פון דזשיקאוו; דער לעצטער דזשיקאווער רבי ביי דער מלחמה, רבי אלטער, איז געווען אן איידעם ביים "אהבת ישראל"; רבי יודעלע הורוויץ פון דזשיקאוו איז געווען אן איידעם ביים "אמרי חיים" פון וויזשניץ. דער אמרי חיים פון וויזשניץ פלעג זינגען דזשיקאווער ניגונים.
- ↑ איידעם ביי הרב מנחם ערנסטער, און א זון פון הרב אליהו שטערנבוך, ראב"ד פון דער מחזיקי הדת אין אנטווערפן, אן איידעם פון דעם סערעט־וויזשניצער רבי.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- היסטוריה בעולם החסידות: הגרי"א אדלר הוכתר לאדמו"ר מדז'יקוב • גלריה(אויף העברעיש) ביי אידישע טעגליכע נייעס.
- רבי ישראל אליעזר אדלר הוכתר לאדמו"ר מדז'יקוב (ארכיווירט 18.05.2012 ביי דער Wayback Machine)(אויף העברעיש), ביי כיכר השבת.
- בתמיכת הגר"ש וואזנר והאדמו"ר מויז'ניץ: הוכתר האדמו"ר מדז'יקוב (ארכיווירט 16.05.2012 ביי דער Wayback Machine), ביי בחדרי חרדים.