לדלג לתוכן

אלימלך בידערמאן

פֿון װיקיפּעדיע
אלימלך בידערמאן
געבורט 1967 (אלט 57 בערך)
בני ברק, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט פאנאוועזשער ישיבה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי אברהם אלימלך (באקאנט מער אלס ר' מיילעך) בידערמאן (געבוירן ט' חשוון ה'תשכ"ח), איז א באקאנטער חסידישער משפיע און א בעל דרשן אין ארץ ישראל.

ער איז א זון פון רבי אלטער אלעזר מנחם בידערמאן (נפטר געווארן י"ד טבת ה'תשס"א), לעלאווער רבי אין בני ברק (פון רבי עקיבא גאס), זון פון רבי משה מרדכי פון לעלאוו. אלס בחור האט ער געלערנט אין דער פאנאוועזשער ישיבה, סיי אין ישיבה גדולה און סיי אין ישיבה קטנה. ער האט געהייראט די טאכטער פון רבי נתן דוד ראזענבוים, דער זוטשקער רבי פון בני ברק.

אנפאנג פון די 2000ער יארן, פלעגט ער פראווען ביי זיך אין שטוב פרייטיג צונאכט באטעס, אין באטייליגונג פון חסידישע בחורים, הויפטזעכלעך פון דער סלאבאדקער ישיבה. דערצו האט ער אויכעט אנגעהויבן פארלערנען א שיעור פאר חסידישע בחורים (א גרויסע צאל פון זיי תלמידים פון דער מירער ישיבה) יעדן ליל שישי. דער שיעור פלעגט פארקומען אין שטוב פון זיין ווייב'ס זיידע הרה"ק רבי שלאמקע זוועהילער אין בית ישראל געגנט אין ירושלים.

אין דער ענדע פונעם ערשטן צענדלינג פונעם 21סטן יארהונדערט, ווען רבי אלימלך'ס נאמען האט זיך שוין היפש פארשפרייט און באקאנט געווארן כמעט איבעראל, האט ער אנגעהויבן צו ווערן איינגעלאדנט צו אויפטרעטן און פארלערנען שיעורים אין פארשידענע ישיבות און בתי מדרשים, א שטייגער וואס גייט אן היינט צו טאגס אויכעט.

צוביסלעך, מיט דער צייט, האבן זיך איינגעזאמלט ארום אים אנהענגרס וואס האבן אים שטארק באווענדערט, הויפטזעכלעך יונגע אברכים פון אלעד, בית שמש, מודיעין עילית און ביתר עילית וועלכע זענען געווארן זיינע תלמידים און זענען אנגעקניפט צו אים מיט א מוראדיגע געטריישאפט. ער וויילט פון צייט צו צייט אויף שבתים מיט זיינע תלמידים אין די אויבערדערמאנטע שטעט. אויכעט פראוועט ער שבתים אין מירון מיט זיינע תלמידים.

זיינע שיעורים און דרשות באשטייען פון אמרות, דערציילונגען פון צדיקים, א.א.וו. ער רעדט א סאך פון אמונה און בטחון אין דעם אייבערשטן. טייל פון זיינע שיעורים און דרשות זענען טראנסמיטירט דורך קול הלשון, כדי צו מזכה זיין אנדערע וואס ווילן מיטהאלטן די שיעורים.

זיינע תלמידים האבן געדרוקט ספרים, מלוקטים פון זיינע שיחות

  • הגדה של פסח - באר החיים
  • באר החיים - שיחות אויף אלול און ימים נוראים
  • באר החיים - שיחות אויף חנוכה
  • יעדע וואך דרוקט זיך אויס א בלעטל "דער פרשה קוואל״ מיט זיינע ווערטער אויף דער פרשה אדער און אויף דער תקופה. דאס בלעטל גייט ארויס אויכעט אויף לשון־קודש און ענגליש.
  1. ר' נפתלי צבי איז אן איידעם פון דעם טשערנאבילער רבי פון בני ברק, רבי מנחם נחום טווערסקי, איידעם פון רבי אלחנן היילפרין.