משה מרדכי בידערמאן

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ציון פון רבי משה מרדכי אויף הר הזיתים

רבי משה מרדכי בידערמאן (תרס"ג - כ"ד טבת תשמ"ז) איז געווען דער לעלאווער רבי, און פון תשכ"ב אן איז ער אויך געווען קארלינער רבי.

לעבנסגעשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי משה מרדכי איז געבוירן געווארן אין יאר תרס"ג אין דער אלטשטאט ירושלים צו זיין פאטער רבי שמעון נתן נטע פון לעלאוו און זיין מוטער מרת חנה רייצא, טאכטער פון הרב יוסף ציינווירט. זיין מוטער איז נפטר געווארן ווען ער איז געווען נאך א יינגל, און זיין פאטער האט זיך געצויגן קיין קראקע אין פוילן. אלס יתום איז ער געבליבן מיט זיין ברודער ביי זיין זיידן דעם לעלאווער רבי, רבי דוד, וואס איז געווען באוואוסט ווי א מנהיג פון א הויף פון חסידים אין ירושלים, זיין זיידע האט אים שטארק ליב געהאט און האט אריינגעלעגט אין זיין חינוך. פון יונגערהייט אן האט ער געהארעוועט טעג און נעכט אין תורה און עבודת ד'. ביינאכט פלעג ער לערנען אין דער ישיבת המקובלים שער השמים אין אלטשטאט ירושלים. ביי די זיבעצן יאר האט ער באקומען היתר הוראה פון די גדולי התורה אין ירושלים.

נאך זיין זיידנס פטירה איז ער ארויס צו זיין ביי זיין טאטן אין קראקע. דארט האט מען אים משדך געווען מיט עטיל שווארץ, א טאכטער פון הרב אברהם שווארץ, אב״ד פשעמישל. אין אייראפע איז ער געווארן גאר נאנט צום קארלינער רבי׳ן רבי אברהם אלימלך פערלאוו, וואס האט אים שפעטער באשטימט צו פירן די קארלינער חסידים אין ארץ ישראל. ווען זיין פאטער איז נפטר געווארן, צום גדליה ג' תשרי ה'תר"ץ אין ירושלים, האבן די עלטערע לעלאווער חסידים אים מכתיר געווען ממלא מקום פון זיין פאטער.

ער האט זיך באזעצט אין ירושלים, און דערנאך אין תל אביב און בני ברק, נאכהער איז ער צוריקגעקומען קיין ירושלים וואס ער זיך נישט געקענט מסיח דעת זיין דערפון. אין זיינע לעצטע טעג איז זיין הויף אריבער צו שיכון ה' אין בני ברק. ער איז געווען מפורסם ווי אן אויסגעצייכענטער צדיק און א פועל ישועות. ער האט געהאט א שטארקן קשר מיט בעלזער רב רבי אהרן, און מיט רבי ישראל אבוחצירה דער באבא סאלי. ער האט מקפיד געווען צו באהאלטן זיין לערנען און זיינע מדרגות; נאר נאך זיין פטירה איז מען געוואויר געווארן אז ער פלעג מסיים זיין גאנץ ש"ס בבלי יעדע יאר.

אין תשכ"ב האט מען באשטימט רבי משה מרדכי צו  ווערן אויך דער רבי פון דעם  "זקנים" טייל פונעם קארלינער חסידות. דעם טייל פון קארלין וואס רבי משה מרדכי האט געפירט רופט מען היינט פינסק-קארלין.

רבי משה מרדכי איז נפטר געווארן כ"ד טבת ה'תשמ"ז און מען האט אים באערדיגט אין דעם  בית עולם אויף הר הזיתים, לעבן די לעלאווער רבי׳ס, זיין פאטער, זיידע און עלטער־זיידע.

טייל פון זיינע תורות האט מען געדרוקט אינעם ספר "ברכת משה".

נאך זיין פטירה האט מען מכתיר געווען צוויי פון זיינע זין ווי לעלאווער רבי׳ס , רבי אברהם שלמה ורבי שמעון נתן נטע. עטלעכע יאר שפעטער האט מען אויך מכתיר געווען זיין זון רבי אלטער. ווען זיין עלטסטער זון רבי אברהם שלמה איז אוועק האט מען מכתיר געווען נאך צוויי פון זיינע זין רבי׳ס, רבי פנחס לעלאוו-ניקאלשבורגער רבי און רבי ישכר דוב לעלאוו-פיעטריקאווער רבי. נאך צוויי זין האבן נישט געפירט קיין רביסטעווע.

משפחה[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די קינדער פון רבי משה מרדכי און מרת עטיל זענען:‏[1]

  • רבי אברהם שלמה, לעלאווער רבי (נפטר געווארן ט"ז שבט ה'תש"ס)
  • רבי שמעון נתן נטע, לעלאווער רבי (נפטר געווארן י' תשרי ה'תש"ע)
  • רבי דוד צבי ישראל
  • רבי אלטער אלעזר מנחם, לעלאווער רבי (נפטר געווארן י"ד טבת ה'תשס"א)
  • רבי פינחס יצחק, לעלאוו-ניקאלשבורגער רבי
  • רבי ישכר דוב, לעלאוו-פיעטריקאווער רבי
  • רבי שמואל שמעלקא
  • מרת שרה חנה בלומא (תרפ״ד - כ״ד אב תשע״ח), ווייב פון ר' שמואל עוזר קאפ
  • מרת רבקה, ווייב פון ר' חיים אליעזר האראנטשיק
  • מרת נחמה רוחמה, ווייב פון רבי שמואל צבי ראזנפעלד, לעלאוו-קארלינער רבי אין בני ברק (ער איז נפטר געווארן ט"ו תשרי ה'תש"ע)

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]