ישיבת המקובלים שער השמים
מראה
ישיבת המקובלים שער השמים איז אן אשכנזישע ישיבה אין מקור ברוך, ירושלים אוואו מ'לערנט קבלה. די ישיבה איז פאפולער און בולט אלס אזא וואס האט ארויסגעגעבן גרויסע ראשי ישיבות.
די ישיבה האט געעפענט אין 1906 (ה'תרס"ו) דורך הרב חיים יהודה לייב אויערבאך און הרב שמעון צבי הורוויץ. היינט זענען הרב ראובן גרוס און הרב גמליאל ראבינאוויטש די ראשי ישיבות.
איינער פון די ערשטער תלמידים אין דער ישיבה איז געווען הרב הירש פסח פראנק.