לדלג לתוכן

מרדכי יששכר בער לייפער

פֿון װיקיפּעדיע
מרדכי יששכר בער לייפער
געבורט 21 דעצעמבער 1955
נוארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 5 אקטאבער 2020 (אלט 64)
לאניאדא שפיטאל, נתניה, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
בת זוג אביבה מרים
פאטער אברהם אבא לייפער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
3טער אדמו"ר פון פיטסבורג
ה'תש"ןה'תשפ"א
()
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי מרדכי יששכר בער לייפער ( טבת ה'תשט''ז, 31סטן דעצעמבער 1955י"ז תשרי ה'תשפ"א, 5טן אקטאבער 2020) איז געווען דער דריטער פיטסבורגער רבי.

ער איז געבוירן געווארן אין ניו יארק, צו זיין טאטע רבי אברהם אבא לייפער און זיין מאמע רחל, טאכטער פון הרב איתמר נאדווארנער. אין 1970 האָט זײן משפּחה אימיגרירט קיין ארץ ישראל און האבן זיך באזעצט אין אשדוד.

דער רבי האט געלערנט אין דער גראדנער ישיבה אין שטאט, און אין דער טשעבינער ישיבה אין ירושלים.

ער האט חתונה געהאט מיט אביבה מרים, טאכטער פון הרב יצחק יצחק ליבעס, אב"ד אגודת ישראל. נאך זיין חתונה האט ער פאר א תקופה געוואוינט אין ניו יארק. אין תשמ״ג האָט ער ווידער אימיגרירט קיין ארץ ישראל. י טבת ה'תש"ן איז זיין פאטער געשטארבן, און ער איז געקרוינט געווארן אלס ממלא מקום, אין עלטער פון 34 יאר. אונטער זיין פירערשאפט האט דאס פיטסבורגער חסידות זיך שטארק פארברייטערט אין שטאט, און ער האט אויפגעשטעלט א נעץ פון מוסדות.

דער רבי האט פונקט ווי זיין פאָטער פארפאסט פיל ניגונים. טייל פון זיינע ניגונים זענען געווארן גאר בארימט איבער דער גאנצער וועלט, צווישן זיי איז דער ניגון ״וידע כל פעול״ פאר ראש השנה, ״ק-ה רבון״ פאר שבת, און נאך פיל מער.

אין תשס"ד האט ער ארויסגעגעבן זיין ספר ״פתגמי אורייתא״.

וועט דער טויטליכער קאראנאווירוס האט אויסגעבראכן, האט דער רבי אויסגעפאלגט אלע זיכערהייט-אנווייזונגען וואס די דאקטוירים האבן געהייסן, אבער טראץ זיין פארזיכטיגקייט, איז ער ליידער אנגעשטעקט געווארן מיט דעם ווירוס, און ער איז אפגעפירט געווארן צום לאניאדא שפיטאל, וואו ער איז געווען עטליכע וואכן, ביז ער איז ליידער נפטר געווארן י"ז תשרי ה'תשפ"א.

נאך זיין פטירה האבן זיינע חסידים באנייעט א נייע בית החיים, און דער רבי איז דארטן באגראבן געווארן דער ערשטער.

טויזנטער חסידים און אנהענגער האבן זיך באטייליגט ביי זיין טרויעריגער לויה.

זיינע קינדער:

  • רבי משולם אליעזר לייפער, איידעם ביי רבי ניסן ראזענבוים, אדמו"ר פון קרעטשניף ירושלים.
  • מרת ​​מלכה, ווייב פון יעקב האגער, זון פון רבי ישראל אליעזר האגער, רב פון דער סערעט וויזשניץ קהילה אין ירושלים.
  • יעקב, איידעם ​​פון רבי ישראל אליעזר אדלער, אדמו"ר פון דזשיקאוו-וויזשניץ.
  • יוסף איידעם ביי רבי ישראל ערנסטער, זון פון רבי מנחם ערנסטער.
  • שרה טויבה, ווייב פון אליעזר זוסיא שטרן, אייניקל פון רבי ישראל אברהם פורטאגאל, אדמו"ר פון סקוליאן.
  • איידל בינה, ווייב פון מנחם מענדל דוד פעלדמאן, זון פון רבי אהרן אליהו פעלדמאן
  • הינדא יוחאב, געשטארבן אין 1977 אין עלטער פון 3 פון קענסער.
  • דבורה, ווייב פון אלעזר ערנסטער, אייניקל פון רבי זאב ערנסטער, רב פון קרית מאור חיים אין ירושלים.
  • רחל, ווייב. פון דוד מתתיהו קארנרייך, אייניקל פון רבי יהודה זאב קארנרייך, אדמו"ר פון שידלאָווצע.