ישראל האגער (מאנסי)
געבורט |
9 יולי 1951 (אלט 73) ה' תמוז ה'תשי"א ברוקלין, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
---|---|
מדינה | פאַראייניקטע שטאַטן |
טעטיקייט ארט | מאנסי |
באלאנג | וויזשניץ מאנסי |
פאטער | רבי מרדכי האגער |
רבי ישראל האגער (געבוירן ה' תמוז ה'תשי"א), איז דער היינטיגער וויזשניצער רבי און דער ממלא מקום פון זיין פאטער אין מאנסי/ זיין הויף פארמאגט 3500 משפחות.
לעבענסגעשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ישראל איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תשי"א צו זיין פאטער, רבי מרדכי האגער, וויזשניצער רבי אין מאנסי, און מרת סימא מירל, טאכטער פון רבי יעקב יוסף טווערסקי. אלס קינד איז ער אויפגעוואקסן אין שאטן פון זיין פאטער און פון זיין זיידן דער פריערדיגער סקווערער רבי.
אום י"ח סיון ה'תשכ"ט, האט ער געהייראט מרת מרים, טאכטער פון רבי אלעזר מייזליש, פון איהעל-ברוקלין.
ער איז באוואוסט אלס א בעל דרשן. זיין פאטער האט זיך פארלאזט אויף אים אין אלע עניינים. רבי ישראל איז באקאנט אלס א פראפעסיאנעלער מוהל, און לויט די תקנות פונעם הויף, איז ער געווען דער איינציגסטער מוהל וואס האט געמעגט דורכפירן די בריתן, ווען זיין טאטע דער רבי פלעגט משמש זיין בסנדקאות.
ער האט גוטע פארבינדונגען מיט די עשירים פונעם חסידות, און מיט זייער הילף צווישן די אנדערע, האט ער אויפגעבויעט דעם "ווילחאוויץ" זאל אין מאנסי, וואס ווערט געניצט פאר שמחות אין ספעציעלע נידעריגע קאסטן. טראצדעם וואס דער זאל געהערט אפיציעל צו וויזשניץ מאנסי, ווערט ער ארויסגעדינגט אפטמאל אויכעט צו נאכפאלגערס פון אנדערע חסידותן. לויט דעם באפעל פונעם פריערדיגן רבי'ן און מיט דער ערמוטיגונג פון רבי ישראל, בלויז אידישע אנגעשטעלטער זענען באשעפטיגט אין דעם זאל.
אין די לעצטע יארן ווען זיין טאטע איז געווארן אפגעשוואכט, האט ער זיך פארפליכטעט און מקבל געווען אויף זיך די פינאנציעלע בעלאסטונג פון די מוסדות.
נאך דער פטירה פון זיין פאטער כ"ט אדר ה'תשע"ח, האט מען אים באקרוינט אלס רבי פון וויזשניץ אין מאנסי.
קינדער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ר' יעקב יוסף, האט געהייראט סימא מירל, טאכטער פון זיין פעטער רבי דוד טווערסקי, דער סקווערער רבי.
- ר' דוד דוב, האט געהייראט שלאמצא איידל, טאכטער פון רבי יוסף חיים מאשקאוויטש פון שאץ וויליאמסבורג.
- ציפורה ברכה, ווייב פון ר' נפתלי מרדכי טויב, זון פון רבי משה טויב, דער קאלעווער רבי.
- ר' חיים מאיר, האט געהייראט רחל, טאכטער פון רבי יוסף שלום שטיין, פאלטישאנער רבי פון בענסאנהארט, ניו יארק.
- ר' משה, האט געהייראט יוטל לאה, טאכטער פון זיין פעטער, רבי ישראל אליעזר פיש, ביקסאדער רבי.
- ר' מנחם מענדיל, האט געהייראט חנה רחל, טאכטער פון רבי יעקב ישראל ישורון רובין, בריזדאוויצער רב פון בארא פארק.
- מרגליא, ווייב פון ר' יצחק יוחנן ראטנבערג, זון פון רבי יהוסף בן-ציון, קאסאנער רבי פון בארא פארק.