שמואל אברהם אבא האגער
פאך |
רב ![]() |
---|---|
![]() ![]() |
רבי שמואל אברהם אבא האגער זצ"ל (ה'תרכ"ה - ל' שבט ה'תרנ"ה), פון האראדענקע.
אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
רבי שמואל אברהם אבא איז געבוירן אין וויזשניץ אין יאר ה'תרכ"ה, צו זיין פאטער הרב ברוך האגער, פון וויזשניץ, א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער פון וויזשניץ, באקאנט אלס "דער צמח צדיק", א זון פון הרב חיים האגער פון קאסאוו, "דער תורת חיים", א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער, פון קאסאוו, "דער אהבת שלום". און צו זיין מוטער מרת צפורה א טאכטער פון הרב אריה ליב שפירא פון זשיטאמיר, א זון פון הרב שמואל אברהם אבא שפירא פון סלאוויטא אן אייניקל פון הרב פנחס שפירא פון קאריץ.
רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
אין יאר ה'תרנ"ג האט רבי שמואל אברהם אבא אנגעהויבן פירן רביסטעווע אין האראדענקע.
הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
רבי שמואל אברהם אבא איז נפטר געווארן ל' שבט ה'תרנ"ה.
פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
רבי שמואל אברהם אבא האט געהייראט מרת הינדא מאטיל, א טאכטער פון הרב משה מרדכי טווערסקי, פון מאקאראוו. זייערע קינדער:
- מרת הענעלע, די ווייב פון הרב מנחם מענדיל דוד חאדאראוו פון קאלאמייע.
- די ווייב פון בזווג ראשון הרב ישראל שלום יוסף האגער א זון פון הרב חיים האגער פון אנטיניע
זיינע ספרים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
- שפתי צדיק (קאלאמע ה'תרנ"ו)
זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר