יצחק יוחנן האגער

פֿון װיקיפּעדיע

רבי יצחק יוחנן האגער איז דער וויזשניצער רבי פון וויליאמסבורג.

לעבנסגעשיכטע און אייגנשאפטן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יצחק יוחנן איז געבוירן געווארן אין וויליאמסבורג, ברוקלין, צו רבי מרדכי האגער, דער פריערדיגער וויזשניצער און מרת סימא מירל, טאכטער פון רבי יעקב יוסף טווערסקי, דער פריערדיגער סקווערער רבי.

זייענדיג א יונגער בחור, איז ער געשיקט געווארן קיין ארץ-ישראל צו לערנען אין דער ישיבה פון זיין זיידן דער אמרי חיים.

ער ווייזט א שטוינענדע בקיאות אין דעם ספר הקדוש אמרי חיים, און אויך קען ער פילצאליגע עובדות און מעשיות אויפן אמרי חיים. ביי זיינע דרשות דערמאנט ער דעם זיידן.

אין יאר ה'תשל"ג, האט ער געהייראט מרת חיה מינדל, טאכטער פון רבי משה האלבערשטאם, קיוויאשדער רב פון וויליאמסבורג. נאך זיין חתונה האט ער געלערנעט אין קיוויאשדער כולל.

נאכדעם וואס זיין פאטער האט זיך אריבערגעצויגן קיין מאנסי האט רבי יצחק יוחנן איבערגענומען די וויזניצ'ע רבנות אין וויליאמסבורג. רבי יצחק יוחנן איז באקאנט אלס א צדיק תמים ונשגב.

רבי יצחק יוחנן אריינגעטאן אין אלע עניני הקהילה, און יעדער קליינער פרט גייט דורך זיינע הענט. ער פירט די קהילה מיט שטייפקייט און עקשנות פון איין זייט און אויך ווייכקייט פון די צווייטן זייט

אפטמאל דאוונט רבי יצחק יוחנן שחרית אין דער וויזשניצער תלמוד תורה מיט די קינדער. ער איז שטארק אריינגעלייגט אין עניני חינוך פונעם חדר און די ישיבה, אין די זומער מאנאטן געפינט ער זיך אין קעמפ מיט די קינדער און בחורים.

אום כ"ט אדר ה'תשע"ח איז ער געקרוינט געווארן אלס ממשיך פון זיין פאטער אין וויליאמסבורג, די קהילה רעכנט 500 משפחות, ווי אויך א ברייטע נעץ פון מוסדות, און די וויזניצע אינגעל און מיידעל קעמפס, אין ליבערטי און סאוט פאלסבורג.

קינדער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • בת שבע, ווייב פון ר' חיים מאיר הורוויץ, וויזניץ וויליאמסבורג דיין, זון פונעם פריערדיגן מעליצער רבי'ן.
  • מרים חנה רחל, ווייב פון איר שוועסטער-קינד ר' דוד, זון פון רבי אברהם דוב טווערסקי, רחמיסטריווקער רב אין מאנסי, איידעם פון רבי מרדכי האגער
  • ברכה, ווייב פון ר' אברהם זרח אריה לייביש טווערסקי, זון פון רבי מנחם נחום, טשערנאבילער רבי פון בני ברק.
  • ריבא מלכה, ווייב פון איר שוועסטער-קינד ר' חיים מאיר האגער, זון פון איר פעטער רבי אהרן, וויזשניצער רבי פון מאנטריאל.
  • חיים מאיר, האט געהייראט זיין שוועסטער-קינד ציפורה ברכה, טאכטער פון זיין פעטער רבי ברוך שמשון האגער, וויזשניצער רבי פון בית שמש.
  • מרגליא, ווייב פון איר שוועסטער-קינד ר' דוד האגער, זון פון איר פעטער רבי מנחם מענדיל, וויזשניצער רבי פון קייאמישע לייק.
  • ביילא, ווייב פון ר' שלום מרדכי פרידמאן, זון פון רבי יוסף חיים, אב"ד בערזאן ניו יארק.
  • ציפורה, ווייב פון איר שוועסטער-קינד'ס זון ר' שמואל צבי, זון פון רבי יעקב יוסף האגער, וויזשניצער רבי פון בארא פארק.