לדלג לתוכן

סאוט פאלסבורג

פֿון װיקיפּעדיע
סאוט פאלסבורג
אינפֿארמאציע
שטאט פאלסבורג
שטח 15.802276 קוואדראט קילאמעטער, 15.803329 קוואדראט קילאמעטער (אין 1 אַפּריל 2010)
צאל איינוואוינער 2,347 (אין 1 אַפּריל 2020)
קאארדינאטן 41°43′14″N 74°38′04″W / 41.7206468°N 74.6343271°W / 41.7206468; -74.6343271 קאארדינאטן: 41°43′14″N 74°38′04″W / 41.7206468°N 74.6343271°W / 41.7206468; -74.6343271 
מפה
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

סאוט־פאלסבורג (ענגליש: South Fallsburg) איז א דארף אין דעם שטעטל פאלסבורג, סאליוואן קאונטי, ניו יארק. לויטן צענזוס פון 2010 האט דער ארט געהאט א באפֿעלקערונג פון 2,879 איינוואוינער.

זיין זיפקאד איז 12779.

די קאארדינאטן פון סאוט־פאלסבורג זענען 41°42′32″N 74°37′45″W.

סאוט־פאלסבורג געפינט זיך אין דער קאצקיל־געגנט פון דרום־מזרח ניו יארק, אין סאליוואן קאונטי.

עס געפינט זיך דארטן א גאנץ יאר א חרדישע געמיינדע, וועלכע דרייט זיך בעיקר ארום דער ארטיגער ישיבה זכרון משה. אין שטעטל געפינען זיך אויך שולן, בתי־מדרשים, מקוואות און כשר'ע געשעפטן, וועלכע דינען די ארטיגע איינוואוינער און די פילע זומער־געסט.

אין די זומער־חדשים וואקסט די באפעלקערונג באדייטנד, ווען טויזנטער חרדישע און חסידישע משפחות קומען פארברענגען אין די קאצקיל־בערג.

סאוט־פאלסבורג איז געווען א טייל פון דער אמאליגער באָרשט־גארטל־געגנט, באקאנט מיט אירע האטעלן און זומער־רעזארטן, וועלכע האבן געצויגן אסאך אידישע געסט במשך פונעם 20סטן יארהונדערט.