פנחס שלום האגער

פֿון װיקיפּעדיע

רבי פנחס שלום האגער (כ' אלול ה'תש"ח - י"ז סיון ה'תשע"ה), אויך באקאנט אלס בעל אור שלום איז געווען דער רב פון דער מאנסי-וויזשניצער געמיינדע אין בארא פארק, און דער עלטסטער זון פון רבי מרדכי האגער, דער וויזשניצער רבי פון מאנסי.

לעבנס געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי פנחס שלום, איז געבוירן כ' אלול ה'תש"ח אין וויליאמסבורג, צו זיין פאטער רבי מרדכי האגער, דער וויזשניצער רבי פון מאנסי, און צו זיין מוטער מרת סימא מירל, טאכטער פון הרה"ק רבי יעקב יוסף טווערסקי, דער פריערדיגער סקווערער רבי. ער איז גערופן געווארן "פנחס" נאך רבי פנחס טווערסקי פון אוסטילע, וועלכער איז געווען דער שווער פון זיין זיידן דער סקווערער רבי, און "שלום" נאך דעם שר שלום פון בעלזא, פון וועמען איז ער געווען אויכעט אן אייניקל און וועמענס יארצייט איז אויסגעפאלן אין דעם זעלבן טאג פון זיין ברית. אלס קינד, איז ער געהאדעוועט געווארן ביים טאטן און אויכעט אויפגעוואקסן אין שאטן פון זיין זיידן דער סקווערער רבי, וועלכער האט אים אייביג ארומגענומען מיט ליבשאפט. ווען עס איז געקומען די צייט, האט ער געהייראט זיין רעביצין מרת זיסל רייזל טאכטער פון הרה"ק רבי הערשעלע ספינקער און צוזאמען האבן זיי אויפגעשטעלט א שיינעם שטוב.

געציילטע יארן נאך זיין חתונה, האט אים זיין פאטער דער וויזשניצער רבי באשטימט אלס רב פון דער ארטיגער מאנסי-וויזשניצער קהילה "קהל תורת חיים" אין בארא פארק. די געמיינדע דעמאלטס אין יענע יארן איז געווען נאך קליין, אבער מיט די יארן און אונטער דער פירערשאפט פון רבי פנחס שלום, האט אנגעהויבן צו בליען, און היינט צו טאגס זי ציילט אפ הונדערטער משפחות און א רייע פון מוסדות אין וועלכע לערנען טויזנטער תלמידים.

רבי פנחס שלום איז געווען אומעטום באוואוסט מיט זיינע געוואלדיגע גוטע מידות, יראת שמים און צניעות, און איז געווען אן אויסערגעווענליכער ענוו.

טראץ זיין אמט און מעמד, פלעגט ער אוועקלויפן פון כבוד אזוי ווי מען לויפט פון פייער, און מענטשן וואס האבן אים געקנענט דערמאנען זיך און דערציילען אז ער האט קיינמאל נישט געהאלטן אז צוליב דעם אז ער איז געווען פון רבי'שע משפחה דארף ער האבן א ספעציעלן יחס און באקומען אלעס גרייט אויף א "גאלדענעם טאץ", אדער האבן אן אייגענעם פראכטפולן אויטאמאביל, און דערציילען וויאזוי פלעגט ער פארן פון איין פלאץ צו א צווייטן מיט בוסן, אזוי ווי א "פשוט'ער מענטש", און אויב עס האט פאסירט אז איינער האט אים געוואלט געבן א "היטש" (טרעמפ), פלעגט ער קודם נאכפרעגן צו וועלכער ריכטונג פארט ער, כדי חלילה נישט צו מטריח זיין יענעם, און בלויז נאכדעם וואס דער דרייווער האט אים געזאגט אז ער פארט "סיי ווי" יענער וועג, איז ער אריינגעגאנגען אין אויטא.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאר ה'תשע"ה נאכדעם וואס ער האט שטארק געליטן פון געפערלעכע ווייטאגן א שטיקל צייט, איז ער אדורכגעגאנגען אן אפעראציע, וועלכע האט זיך ליידער קאמפליצירט, און געציילטע וואכן דערנאך, אין י"ז סיון, איז ער ליידער נפטר געווארן. די שוידערליכע בשורה איבער זיין פטירה, איז אראפגעפאלן אזוי ווי א דונער אין העלן טאג, און האט זיך בליץ שנעל ארומגעשפרייט און איבעראל האט מען באוויינט די גרויסע אבידה און נישט געקענט גלייבן אז דער באליבטער צדיק רבי פנחס שלום איז אוועק פון דער וועלט. זיין ריזיגע לוויה איז ארויסגעקומען פון בית המדרש קהל "תורת חיים" וויזשניץ מאנסי אין בארא פארק און נאכהער האט זיך פארגעזעצט אין וויזשניצער בית מדרש אין מאנסי, און פון דארט צום וויזשניצער בית החיים וואו ער איז באערדיגט געווארן.

קינדער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • רבי יעקב יוסף, וויזשניצער רבי פון בארא פארק. ער האט געהייראט זיין שוועסטער-קינד מרת שפרה, טאכטער פון זיין פעטער רבי אברהם דוב טווערסקי, רחמיסטריווקער רב אין מאנסי, און איידעם פון הרה"ק רבי מרדכי האגער, דער אמאליגער וויזשניצער רבי פון מאנסי.
  • רבי ישראל, האט געהייראט מרת צירל, טאכטער פון רבי מרדכי שטיין פאלטיטשאנער רבי.
  • חיים מאיר, האט געהייראט מרת רבקה, טאכטער פון רבי משה מייזליש פון אוהעלער רב אין מאנסי.
  • מרת מרים, ווייב פון הרב יעקב יוסף פיש, זון פון איר פעטער רבי ישראל אליעזר פון ביקסאד.
  • מרת בלומא חיה שפרינצא, ווייב פון הרב מאיר ברוך שטיין, זון פון רבי יוסף שלום שטיין, פאלטישאנער רבי פון בענסאנהארט, ניו יארק. .
  • מרת ציפורה, ווייב פון הרב ישראל שנעעבאלג, זון פון רבי משה, דער טשערנאוויצער רבי, זון פון מענדיל שנעעבאלג, אב"ד ״מחזיקי הדת״ מאנטשעסטער.
  • מרת הינדא שיינדל, ווייב פון הרב שלמה יהודא לייב פרידמאן, זון פון אב"ד אולם.
  • מרת חוה ברכה, ווייב פון הרב חיים שלמה סג"ל טירנויער, זון פון רבי יעקב שמשון סג"ל טירנויער, חוסט'ער רבי, און אייניקל פון אב"ד "שומרי שבת אין בארא פארק.
  • מרת טויבא, ווייב פון הרב ברוך בעק. זון פון רבי חיים יודא, דער טשערקאסער רב פון מאנסי, און זון פון רבי אברהם צבי הלוי בעק, אב"ד ד'קהל "עדת ישראל" אין מעלבארן, אויסטראליע.