שרגא פייוויש האגער (א)
רבי (משולם)[1] שרגא פייוויש האגער זצ"ל (ה'תר"ל - י"ג טבת ה'תרצ"ז), פון זאלישטשיק.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי פייוויש איז געבוירן אין יאר ה'תר"ל אומגעפער, צו זיין פאטער הרב ברוך האגער, פון וויזשניץ, א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער פון וויזשניץ, באקאנט אלס "דער צמח צדיק", א זון פון הרב חיים האגער פון קאסאוו, "דער תורת חיים", א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער, פון קאסאוו, "דער אהבת שלום". און צו זיין מוטער מרת צפורה א טאכטער פון הרב אריה ליב שפירא פון זשיטאמיר, א זון פון הרב שמואל אברהם אבא שפירא פון סלאוויטא אן אייניקל פון הרב פנחס שפירא פון קאריץ.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר ה'תרנ"ג האט רבי פייוויש זיך באזעצט אין זאלישטשיק און אנגעפירט דארט זיין רביסטעווע, ביי דעם ערשטן וועלט קריג האט ער זיך באזעט אין טשערנאוויץ.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי פייוויש איז נפטר געווארן י"ג טבת ה'תרצ"ז, און ער ליגט אין טשערנאוויץ.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי פייוויש האט געהייראט מרת רחל ( - כ"ח כסלו ה'תש"ב), א טאכטער פון הרב משה האגער, פון קאסאוו. זייערע קינדער:
- מרת מרים, די ווייב פון הרב ברוך האגער פון קאצמאן און טשערנאוויץ.
- מרת חוה הי"ד, די ווייב פון הרב יעקב לאו הי"ד, פון לעמבערג.
- די ווייב פון הרב אלעזר האגער, פון לאנדאן.
- הבחור חיים ברוך האגער הי"ד.
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ↑ א.ל.ג. מסופק