קאצמאן
מראה
|
קאצמאַן אדער קיצמאַן (אוקראיניש: Кіцмань קיצמאַן; דײַטש: Kotzman; רומעניש: Coţmani) איז א שטעטל אין מערב אוקראינע, 20 ק"מ צפון־מערב פון טשערנאוויץ, אין דעם היסטארישן ראיאן בוקאווינא.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]קאצמאן ווערט ערשט דערמאנט אין א דאקומענט פון 1413. פון 1800 איז קאצמאן געווען אין דער עסטרייכער אימפעריע. נאך דער ערשטער וועלט-מלחמה ביז דער צווייטער וועלט-מלחמה איז קאצמאן געווען אין רומעניע.
יידישע היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פון 1928 ביז 1936 איז געווען רב אין קאצמאן הרב ברוך האגער, וואס איז שפעטער געווארן דער סערעטער רבי.
אין 1930 האבן געוואוינט אין קאצמאן 647 יידן.[1]
בארימטע איינוואוינער פון קאצמאן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- רבי ברוך האגער, ערשטער סערעטער רבי
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
קאצמאן