חיים האגער (אנטוניא)

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי חיים האגער זצ"ל (כ"ג אייר ה'תרכ"ג - כ"ה כסלו ה'תרצ"ב), פון אנטוניא.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי חיים איז געבוירן אין ל"ח בעומר כ"ג אייר ה'תרכ"ג, צו זיין פאטער הרב ברוך האגער, פון וויזשניץ, א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער פון וויזשניץ, באקאנט אלס "דער צמח צדיק", א זון פון הרב חיים האגער פון קאסאוו, "דער תורת חיים", א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער, פון קאסאוו, "דער אהבת שלום". און צו זיין מוטער מרת צפורה א טאכטער פון הרב אריה ליב שפירא פון זשיטאמיר, א זון פון הרב שמואל אברהם אבא שפירא פון סלאוויטא, אן אייניקל פון הרב פנחס שפירא פון קאריץ.


רבנות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אין עלטער פון דרייצן יאר האט רבי חיים שוין געהאט היתר הוראה פון בית שלמה, הרב יצחק אהרן איטינגע דער לעמבערגער רב, כוכב מיעקב, בית יצחק און נאך אנדערע.


רבי חיים האט זיך באזעצט אין אנטוניא, נאך זיין פאטער'ס פטירה, כ' כסלו ה'תרנ"ג, האבן די חסידים געקרוינט רבי חיים אלס רבי, אלס איינער פון די ממלא מקום פון פאטער.

ביי דער ערשטע וועלט קריג אין ענדע פון יאר ה'תרע"ד איז רבי חיים אנטלאפען קיין וויען, פיר יאר איז רבי חיים דארט געבליבן, נאך די קריג איז ער אריבער קיין סטאניסלאוו.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי חיים איז נפטר געווארן אין קראקא ביים ערשטן חנוכה לעכטעל כ"ה כסלו ה'תרצ"ב, אין ליגט אין סטאניסלאוו.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי חיים האט געהייראט זיין שוועסטער-קינד מרת פעסיא לאה א טאכטער פון הרב יצחק פרידמאן, פון באהוש. זייערע קינדער:

  • החתן ברוך הי"ד, צפורה הי"ד, פעסיא לאה הי"ד זיי זענען אומגעקומן אויף קידוש השם.
  • הרב מנחם מענדיל האגער.

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו (19)