חיים האגער (אנטאניא)
געבורט | 23 מאי 1862 | |
---|---|---|
טויט | 5 דעצעמבער 1931 (אלט 69) | |
רבי חיים האגער (כ"ג אייר ה'תרכ"ג - כ"ה כסלו ה'תרצ"ב), איז געווען דער ערשטער אנטאניער רבי.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי חיים איז געבוירן ל"ח בעומר, כ"ג אייר ה'תרכ"ג, צו זיין פאטער הרב ברוך האגער, פון וויזשניץ, א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער פון וויזשניץ, באקאנט אלס "דער צמח צדיק", א זון פון הרב חיים האגער פון קאסאוו, "דער תורת חיים", א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער, פון קאסאוו, "דער אהבת שלום". און צו זיין מוטער מרת צפורה א טאכטער פון הרב אריה ליב שפירא פון זשיטאמיר, א זון פון הרב שמואל אברהם אבא שפירא פון סלאוויטא, אן אייניקל פון הרב פנחס שפירא פון קאריץ.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין עלטער פון דרייצן יאר האט רבי חיים שוין געהאט היתר הוראה פון בית שלמה, הרב יצחק אהרן איטינגע דער לעמבערגער רב, כוכב מיעקב, בית יצחק און נאך אנדערע.
רבי חיים האט זיך באזעצט אין אנטאניא, נאך זיין פאטער'ס פטירה, כ' כסלו ה'תרנ"ג, האבן די חסידים געקרוינט רבי חיים אלס רבי, אלס איינער פון די ממלא מקום׳ס פון פאטער.
ביי דער ערשטער וועלט קריג אין ענדע פון יאר ה'תרע"ד איז רבי חיים אנטלאפן קיין וויען; פיר יאר איז רבי חיים דארט געבליבן. נאך דער קריג איז ער אריבער קיין סטאניסלאוו.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי חיים איז נפטר געווארן אין קראקא ביים ערשטן חנוכה לעכטל כ"ה כסלו ה'תרצ"ב, און ער ליגט אין סטאניסלאוו.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי חיים האט געהייראט זיין שוועסטער-קינד מרת פעסיא לאה א טאכטער פון הרב יצחק פרידמאן, פון באהוש. זייערע קינדער:
- הרב ישראל שלום יוסף האגער הי"ד ( - י"ט אייר ה'תש"ד), ממלא מקום פון פאטער אין סטאניסלאוו.
בזיווג שני האט ער געהייראט מרת דבורה לאה, א טאכטער פון הרב יחיאל הורוויץ פון פאקשיווניץ. זייערע קינדער:
- החתן ברוך הי"ד, צפורה הי"ד, פעסיא לאה הי"ד זיי זענען אומגעקומן אויף קידוש השם.
- הרב מנחם מענדיל האגער.
- די ווייב פון זיין ברודער הרב יחיאל מיכל האגער הי"ד ( - י"ג כסלו ה'תש"א) פון האראדענקא. זיין זון, רבי ברוך איז געווען רב אין האראדענקא. זיין זון רבי משה, איז באקרוינט געוורן נאכן לאגער אלץ אנטאניער רבי אין בני ברק דורך זיין שוועסטער קינד רבי חיים מאיר האגער. זיין זון רבי ברוך האגער איז דער היינטיגער רבי און בני ברק.
- מרת העניא, די ווייב פון רבי אהרן פרידמאן (ה'תר"ן - י"ג חשוון ה'תש"ב), פון באיאן און טשערנאוויץ.
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- נר ישראל ח"ו בערכו (19)