ישראל פרידמאן (הוסיאטין)
ישראל פרידמאן (הוסיאטין) | |
---|---|
הוסיאטישינער רבי | |
חסידות | הוסיאטין |
רבי ישראל פרידמאן זצ"ל (ט"ז כסלו ה'תרי"ח - כ"ט כסלו ה'תש"ט), פון הוסיאטין.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ישראל איז געבוירן אין סטריסאוו ט"ז כסלו ה'תרי"ח, צו זיין פאטער הרב מרדכי פייביש פרידמאן, פון הוסיאטין, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת ברכה דינה א טאכטער פון הרב דוד צבי קאבלאנסקי, א שוואגער פון רוזשינער.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאך זיין פאטער'ס פטירה, ל"ז בעומר, כ"ב אייר ה'תרנ"ד, האט די חסידים אויפגענומען רבי ישראל אלס ממלא מקום אין הוסיאטין.
ביי די ערשטע וועלט קריג איז רבי ישראל אנטלאפען קיין וויען, ער איז דארט געבליבן ביז אין יאר ה'תרצ"ז, ווען ער איז ארויף געפארן קיין ארץ ישראל אין זיך באזעצט אין תל אביב.
אין יאר ה'תש"ב (1942) האבן די דייטשן אנגעהויבן זיך דערנענטערן צו ארץ ישראל און א גרויסער פחד איז געפאלן אויפן יידישן יישוב, דערפאר האט הרב יעקב לאנדא, רב פון בני ברק, זיך געוואנדן צום הוסיאטינער רבי׳ן און האט אים געבעטן צו דאווענען פאר א ישועה פונעם צורר. דער רבי האט מסכים געווען און איז געגאנגען דאווענען אין ירושלים ביים קבר פון הרב חיים אבן עטר (דער אור החיים), און נאך זאגן תהילים דארט האט ער געזאגט צום עולם אז "דער צורר וועט נישט האבן קיין שליטה אין אונזער לאנד", און מיט דעם האט ער בארואיגט די חסידים.[1]
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ישראל איז נפטר געווארן ביים פינפטן חנוכה לעכטל כ"ט כסלו ה'תש"ט, ביים עלטער פון 91, אין ליגט אין אלטן בית החיים פון טבריה. יעדע יאר אויף זיין יארצייט באריכט מען סעודות הילולא און אן עולם גייט צו זיין ציון.
זיין ערשטע רביצין איז נפטר געווארן ט"ז סיון ה'תרנ"ב.
זיין צווייטע רביצין איז נפטר געווארן אין יאר ה'תרצ"ו אין ליגט אין וויען.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ישראל האט געהייראט בזיווג ראשון ט"ו סיון ה'תרל"ב אין סאדיגורא מרת נחמה גיטל א טאכטער פון הרב אבי עזרא זעליג שפירא, פון מאגליניצא. זייערע קינדער:
- מרת חיה שרה רחל ( - ), די ווייב פון הרב יעקב פרידמאן (כ"ה חשוון ה'תרל"ח - י"ח חשוון ה'תשי"ז), פון הוסיאטין און תל אביב.
- מרת חוה ( - כ"ה אייר ה'תרצ"ז), די ווייב פון הרב מנחם נחום פרידמאן הי"ד, (י"ח טבת ה'תר"ם - י' כסלו ה'תש"ג), פון הוסיאטין-לעמבערג, א זון פון איר פעטער (איר פאטער'ס ברודער) הרב שלום יוסף פרידמאן. זיי האבן נישט זוכה געווען צו קינדער.
בזיווג שני האט רבי ישראל געהייראט א טאכטער פון הרב חיים האגער פון אנטוניא.
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- נר ישראל ח"ו בערכו