מנחם נחום פרידמאן (באיאן)
רבי מנחם נחום פרידמאן זצ"ל (כ"א כסלו ה'תרכ"ט - י"ט מנחם אב ה'תרצ"ו), פון באיאן און טשערנאוויץ, איז געווען דער צוויטער באיאנער רבי .
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי נחום'ניו איז געבוירן שבת פרשת וישב כ"א כסלו ה'תרכ"ט, צו זיין פאטער הרב יצחק פרידמאן, פון באיאן, דער פחד יצחק, א זון פון הרב אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת מלכה א טאכטער פון הרב יוחנן טווערסקי, פון רחמיסטריווקא.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאך זיין חתונה איז רבי נחום'ניא געבליבן ביי זיין שווער אין הוסיאטין דריי יאר, נאכהער איז ער צוריק געפארן קיין באיאן צו זיין פאטער. אין יאר ה'תרנ"ה איז ער געפארן קיין רוסלאנד באזוכען זיין זיידן אין רחמיסטריווקא.
ביי די ערשטע וועלט קריג אין יאר ה'תרע"ד איז רבי נחום'ניו אנטלאפן צוזאמען מיט זיין פאטער קיין וויען. ווען זיין פאטער איז נפטר געווארן האבן די באיאנער חסידים אויפגענומען רבי נחום'ניא אלס ממלא מקום פון פאטער.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ז' אב ה'תרצ"ו איז רבי נחום'ניו געפארן קיין וויען זיך היילען, אבער זיין צושטאנד איז געווארן שוואכער, און ער איז נפטר געווארן אין וויען י"ט מנחם אב ה'תרצ"ו, אין ליגט אין וויען
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי נחום'ניו האט געהייראט אין יאר ה'תרמ"ד, מרת חוה ( - כ"ה טבת ה'תרצ"ז), א טאכטער פון הרב מרדכי פייביש פרידמאן, פון הוסיאטין. זייערע קינדער:
- מרת מרים הי"ד (ה'תרמ"ה - ה'תש"ג), די ווייב פון הרב משה'ניו פרידמאן הי"ד (פורים י"ד אדר ה'תרמ"א - ג' אלול ה'תש"ג), פון באיאן-קראקא, א זון פון הרב שלום יוסף פרידמאן, פון הוסיאטין.
- הרב אהרן פרידמאן (ה'תר"ן - י"ג חשוון ה'תש"ב), פון באיאן און טשערנאוויץ.
- הרב מרדכי שרגא פרידמאן (ה'תרנ"ד (אומגעפער) - ט"ז טבת ה'תש"ב), פון באיאן און טשערנאוויץ.
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- נר ישראל ח"ו בערכו (41)