לדלג לתוכן

ישראל

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון ישֹראל)
דער ארטיקל דיסקוטירט דעם שטאַט אין מיטל מזרח. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט ישראל (באדייטן).
שטאַט פון ישׂראל
פאן מדינת ישׂראל
פאן מדינת ישׂראל
סימבאָל מדינת ישׂראל
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד: התקוה
אָרט פֿון מדינת ישׂראל
אָרט פֿון מדינת ישׂראל
קאָנטינענט אזיע
אָפֿיציעלע שפּראַך העברעאיש
הויפּטשטאָט ירושלים
רעגירונג פארלאמענטארע דעמאקראטיע
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
יצחק הערצאג
בנימין נתניהו
גרינדונג דאַטום
פון פאראייניגטן קעניגרייך
14טן מיי 1948
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
20,770 קוואַדראַט ק"מ
149
2.0%
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

9,136,000[1]
99
410 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $202.562 ביליאן (50סט)
וואַלוטע ניי-שקל
צײַט זאָנע 2+
אינטערנעט דאָמען il.
טעלעפֿאָן קאָד 972+
ישראל און די מערב ברעג

ישראל איז אַ יידיש דעמאקראטיש לאנד אין מיטל מזרח, אויפן מזרח בארטן פונעם מיטלענדישן ים. דאס לאנד איז געגרינדעט ה'תש"ח (1948) ווי אן אומאפהענגיק לאנד, נאך דער ענדע פונעם בריטישן מאנדאט. רוב פון זיינע איינוואוינערס זענען יידן אבער עס זיצן אין אים אויך א גרויסער צאל פאלעסטינע אראבער, בעדואינער, דרוזן, און נאך אנדערע פעלקער. די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז ירושלים.

ישראל איז א קליין לאנד, אבער עס פארמאגט בערג, מדברות, בארטנס, טאלן און פלוינען. דער קלימאט איז ווארעם און טרוקן אין זומער, קיל מיט רעגן אין ווינטער.

אין די ערשטע יארן האט ישראל געהאט אנטוויקלט ווייניג נאטירלעכע רעסורסן און האט אימפארטירט מער ווי עקספארטירט. אין די שפעטערע יארן האט אבער איר עקספארט פיל אויפגעבליט מיטן שנעלער עקאנאמישער אנטוויקלונג אין פארשידענע געביטן ווי לאנדווירטשאפט און נאך. אויך האט זי לעצטנס ערפארלגרייך אנטדעקט און אנטוויקלט נייע רעזערוון פון נאטורליכן גאז.

דער שטאַט ישראל, געגרינדעט ה'תש"ח (1948), עקזיסטירט הײַנט מערסטנס אינערהאַלב די היסטארישע גרעניצן פֿון לאַנד ארץ ישראל, דאס אידישע לאנד אין מערב אזיע. אנדערש ווי אלע לענדער, באטראכט זיך ישראל אלס דאָס הײַמאָרט צו די אַלע וועלכע געהערן זיך אָן צו דעם אידישער רעליגיע, איז אָבּער ישראל דעמאקראטיש וואס איז לויט די מיינונג פון א טייל פרומע יידן נישט אויסגעהלטן הלכה'דיג.

די באפעלקערונג פון ישראל, אזוי ווי דאס צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק דעפינירט זי, איז געווען געשאצט 8,146,300 מענטשן אין 2014.

ישראל איז א טייל פון ארץ ישראל, דאס לאנד וואס די יידן האבן גענומען פון די כנענים. דאס לאנד הייסט אזוי ווייל דאס פאלק ישראל נעמט זיין נאמען פון ישראל, וואס איז איינער פון די נעמען פון יעקב אבינו.

דער באגריף ארץ ישראל ווי דאס לאנד פון די יידן גייט צוריק צו די אוראלטע צייטן. עס שטייט אין דער תורה אז הקב"ה האט צוגעזאגט דאס לאנד צו די דריי אבות, אברהם, יצחק און יעקב. דער ערשטער קעניג פון די יידן אין ארץ ישראל איז געווען שאול המלך, אין יאר ב'תת"ן (בערך). נאך שאול המלך האבן דוד המלך און שלמה המלך געהערשט איבער דער פאראייניגטער מלוכה. אין די טעג פון דעם מלך רחבעם, זון פון שלמה המלך, האט זיך די מלוכה צעשיידט: רחבעם איז געבליבן מלך איבער מלכות יהודה, וואס האט איינגעשלאסן די טעריטאריעס פון די שבטים יהודה און בנימין, און ירבעם בן נבט האט געהערשט איבערן ניי געגרינדעטע מלכות ישראל, וואס האט איינגעשלאסן די טעריטאריעס פון די אנדערע שבטים, וואס מען רופט די "צען שבטים".

די גרינדונג פון ישראל אין יאר ה'תש"ח איז געווען דורך יידן וואס שטאמען אממערסטנס פון שבט יהודה און איז אויפגעשטעלט געווארן נאכן מלחמת העצמאות, און גרעסטן טייל, צווישן די גרעניצן פון דעם היסטארישן ארץ ישראל.

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – היסטאריע פון מדינת ישראל


ישראל געפינט זיך ביים מזרח עק פונעם מיטלענדישן ים, און האט גרענעצן מיט לבנון אין צפון, סיריע אין צפון־מזרח, ירדן אין מזרח און עגיפטן און דעם עזה פאס אין דרום־מערב. ישראל האט א לאנגע וואסער ברעג מיטן מיטלענדישן ים אין מערב, און א קליינע וואסער ברעג צו דרום אין אילת מיטן אילת איינגאס אינעם ים סוף, און ליגט צווישן גארטל ליניעס ‎29° – 34°N , און מערידיאנען ‎34° – 36°E.

ס'איז פאראן א בארג קייט וואס גייט אדורך דעם לאנד פון צפון צו דרום. צו מערב פון די בערג איז דער בארטן־פלוין און צו דרום געפינט זיך דער נגב מדבר. צו מזרח פון די בערג געפינט זיך א טאל מיט דעם כנרת אזערע אין צפון און דער ירדן טייך וואס פליסט אריין אין ים המלח אין דרום. דער ברעג פונעם ים המלח איז די נידריגסטע יבשה אין דער וועלט, 417 מעטער אונטער דעם ים־פלאך.

אין דרום איז א מדבר און כמעט קיין רעגן פאלט נישט דארטן. ישראל האט אויפגעשטעלט א גרויסן באוואסערונג פראיעקט וואס שפייכלערט וואסער אינעם כנרת אזערע און פירט וואסער פון צפון צום נגב כדי פלאנצן זאלן וואקסן דארט..

ישראל ווערט געפירט דורך א פארלאמענטארישער סיסטעם ווי א דעמאקראטישע רעפובליק מיט אלגעמיינעם וואלרעכט פאר אלע בירגער וואס זענען אלט 18 יאר אדער עלטער. איינער פון די כנסת דעפוטאטן וואס קען באקומען א מערהייט אין דעם כנסת (פארלאמענט) ווערט פרעמיער מיניסטער, געוויינלעך דער פירער פון דער גרעסטער פארטיי. וואלן פארן כנסת מוז מען האלטן יעדע פיר יאר, אבער ווען דער רעגירונג פארלירט א צוטרוי־וואל דארף מען האלטן אלגעמיינע וואלן פריער. דער כנסת האט 120 מיטגלידער.

די סיסטעם פון וואלן איז פראפארציאנעל, און מען שטימט פאר א ליסטע פון א פארטיי.

ישראל האט נישט קיין קאנסטיטוציע, אבער דער כנסת קען איינפירן "גרונטיקע געזעצן".

דער פרעזידענט איז יצחק הערצאג.

אין ישראל זענען פאראן א סך פאליטישע פארטייען. ביי די כנסת וואלן פון 2009 האבן צוועלף פארטייען באקומען דעפוטאטן אין כנסת. קיין איין פארטיי האט קיינמאל נישט געוואונען קיין קלארע מערהייט אין דער כנסת, און דער רעגירונג ווערט צאמגעשטעלט פון א קאאליציע. דער גרעסטער פארטיי אין דעם היינטיקן כנסת איז ליכוד, וואס שטיצט פריימארק פאליטיק מיט באגרענעצטן אינטערווענץ פון דער רעגירונג אין דער עקאנאמיע.

ווען עס איז געווארן אומאפהענגיק איז ישראל געווען אן ארעם לאנד מיט ווייניג פראדוקציע פון לאנדווירטשאפט און אינדוסטריע. די עקאנאמיע האט אבער שטארק געוואקסן זייט 1948.

היינט ישראל ווערט פאררעכנט אלס איינע פון די מערסט פארטגעשריטנע לענדער אין דרום־מזרח אזיע, אין דעם געביט פון עקאנאמישער און אינדוסטריעלער אנטוויקלונג, און פון די מערסט פארטגעשריטנע אויפן וועלט. אום 10טן מיי 2010 האט די ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג פארבעטן ישראל צו ווערן א מיטגליד, אינאיינעם מיט עסטלאנד און סלאוועניע.

ישראל האט ווייניג נאטירלעכע רעסורסן, וואס ווערן אבער געניצט אין זיין אינדוסטריע. מען גראבט אויס בראם, קאליום, שוועבל און פאספאט, און אויך נאטירלעכע גאז וואס מ'האט אנטפלעקט אין גרויסע קוואנטיטעטן אין 2009 קעגן די בארטנס פון חיפה און חדרה, זייט ווען איז ישראל א פראדוצירער פון נאטירלעכע גאז.

צוליב די ווייניגע נאטירלעכע רעסורסן, איז א גרויסער פון ישראל'ס עקאנאמיע געבויט אויף מענטשלעכע רעסורסן, ווי למשל היי טעק, מעדיצינישע טעכנאלאגיע און מיליטערישע טעכנאלאגיע, וואס זענען א גרויסער טייל פונעם אינדוסטריעלן עקספארט.

ישראל האט א גוט אנטוויקלטע טראנספארט סיסטעם. די שאסייען זענען גוט און פארבינדן די שטעט און שטעטלעך פון לאנד. דער הויפט פובליקער טראנספארט איז בוסן פון אגד און אנדערע פירמעס. ישראל באנען האט א באן־סיסטעם וואס פארבינדט די שטעט.

דער גרעסטער פלוגפארט איז בן גורין אינטערנאציאנאלע פלוגפארט. אויך איז דא א קלענערער פליפארט, עבדה, לעבן אילת. אל על און אנדערע לופטליניעס פליען צו די פאראייניגטע שטאטן, קאנאדע, רוב לענדער פון אייראפע און טיילן פון אפריקע און אזיע.

ישראל האט דריי טיף־וואסער פארטן—חיפה, אשדוד און אילת.

אין יאר 2006 שטייט די צאל פֿון די באפֿעלקערונג ביי 7,026,632 איינוווינער. 76% זענען יידן, און פֿון זיי 12% זענען פֿרומע. 20% זענען אראבער מיט דרוזן, און די איבעריקע 4% זענען פון אנדערע פעלקער.

אריינרעכנדיג די מערב בערג און די עזה פאס שטייט די באפעלקערונג פון 51% אידן און 48% פאלעסטינער (אין 2011)

צוליב די קליינע וואוקס ראטע פון דיר אלגעמיינער אידישער באפעלקערונג, און די העכערע וואוקס ראטע פון די פאלעסטינער און די פענאמענאלע וואוקס ראטע פון די חרדישע באפעלקערונג, זענען מער ווי האלב פון די קינדער אין די שולעס אין ישראל (נישט אריינרעכנדיג די מערב ברעג) אדער חרדי'ש אדער אראביש.

די צען גרעסטע שטעט אין ישראל זענען (ריכטיק פאר 2011):‏[2]

שטאט באפעלקערונג
ירושלים 804,355
תל אביב -יפו 404,750
חיפה 270,348
ראשון לציון 232,410
אשדוד 212,278
פתח תקוה 210,376
באר שבע 196,335
נתניה 189,678
חולון 182,575
בני ברק 163,301

דאס גרונדונג פון די ישראלישע לאנד האט געשאפט אסאך קריטיג פון געוויסע פאשידענע זייטן.

א טייל פון די ארבישע אנפיהרער האבן זיך שטארק קעגן געשטעלט צו דאס גרונדונג, זאגנדיגמאז דאס לאנד איז גרינטליך זייערע.

אזוי אויך ארטאדאקסישע אידן האבן געזעהן אין דאס גרידונג א אפשאקלניש פון די יידישע גלויבונג, אזוי אויך האבן אזעלכע זיך קעגן געשטעלט קעגן די מדינה זעהענדיג אז מיט דאס נייע לאנד, און די נייע יידישקייט, ווערט דאס השפעה אויפן יונגט מער באצויגן פון האט די מדינה.


מאנכע גרופּעס אינערהאלב דער רעגירונג פּרובירן זי פֿאראידישן און אנדערע זי צו פאר'גוי'שן, אָבער דער פֿינף-און-זיבעציג יעריגער נאָכאַנאַנדער רעליגיעזער שטרייט איז וואַרשײַנליך אַן ענדלאָזער און פֿאַרלוירענער.

א טייל פרומע יידן דענקען אז די מדינה וועט אויפגעלעזט ווערן אינגיכן, אבער א גרויסע טייל פון פרומע ײדן האָפן אויף דעם טאָג אין וועלכן משׁיח וועט אַנטפּלעקט ווערן און אויסלײַזן די יידן פֿון גלות און זײַ אַרויפברענגען אין ארץ ישׂראל

די אפיציעלע שפראכן פון ישראל זענען העברעיש. די עיקר שפראך פונעם לאנד איז העברעיש, וואס די מערהייט פון דער באפעלקערונג רעדן. ישראל איז א לאנד פון אימיגראנטן, און מען הערט פארשידענע שפראכן אויף די גאסן. רוסיש און אמהאריש זענען זייער פארשפרייט צוליב די גרויסע אימיגראציע פון דעם געוועזענם סאוועטן פארבאנד און פון עטיאפיע. מער ווי א מיליאן רוסיש־רעדענדיקע אימיגראנטן זענען אנגעקומען אין ישראל צווישן די יארן 1990 און 2004

און ישראל זענען רויב איינוואוינער פרייע יידן, א טייל זענען פאלאסטינער, חרדים, און אנדערע גלויבנס

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: ישראל
אַזיע-לענדער 
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אָמאַן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעע · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · יארדאניע · ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליי · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · ציפערן · צפון קארעע · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · רוסלאנד · תימן