לדלג לתוכן

ירדן טייך

פֿון װיקיפּעדיע

צי מיינט איר יארדאניע (ירדן) די מדינה?

יַרדן
נְהַר הַיַרְדֵּן, נהר הירדן
לאקאציע
לענדער לבנון, פאלעסטינע, יארדאניע, ישראל, סיריע
אייגנשאַפֿטן
לענג 252 קילאמעטער
קוואל רמת הגולן
הייך פון קוואל 2,814 מעטער
דרענאזש בעקן 18,000 קוואדראט קילאמעטער
לעפצונג ים המלח
לענדער אין דרענאזש בעקן יארדאניע, ארץ ישראל, לבנון, ישראל, סיריע
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ירדן (אדער יאַרדן) איז דער גרעסטער טײַך אין ארץ–ישׂראל פֿון עבר הירדן, גײט פֿון צפֿון צו דרום, קומט פֿון די סירישע וואַסערן, פֿליסט אַדורך דעם ים–כּנרת, קומט אַרויס פֿון דאָרט און פֿליסט אין טאָל (עמק–הירדן) ביז ער פֿאַלט אַרײַן אין ים–המלח. דער נאָמען ירדן ווערט דערמאָנט, אַחוץ אין חומש און אַנדערע תנ"ך–ספֿרים (דאָס ערשטע מאָל בראשית י"ג „ככר הירדן“), אויך אין אַלטע–עגיפטישע דאָקומענטן, דאָס וואָרט „ירדן“ זאָלֹ זײַן פֿון וואָרט „ירד“. אַראָפנידערן, אַראָפפֿליסן פֿון דער הויך אין די נידער.

אין תנ"ך און אַלטער יידישער געשיכטע פֿאַרנעמט דער ירדן אַ גרויס אָרט. בײַם אײַננעמען ארץ–ישׁראל אין דער צײַט פֿון יהושע בן נון (יהושע ג') זענען די יידן אַריבער דעם ירדן און דאָס וואַסער איז געשפאַלטן געוואָרן פֿון בײדע זײַטן. אַרום דעם ירדן זענען פֿאָרגעקומען די וואונדער–ספורים פֿון די נבֿיאים אליהו און אלישע (מלכים ב' ב', ה' ו').

די לענג פֿון ירדן איז בײַ 150 קילאָמעטער, און די ברײט נאָר עטלעכע מעטער. בײַם ירדן זענען לעצטנס אַנשטאַנען אַ רײ ייֵדישע מאַדערנע קאָלאָניעס ווי אויך די עלעקטרישע רוטענבערג–סטאַנציע. דער כנרת איז אן אזערע פון דעם ירדן טייך.