טיילאנד

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
קעניגרייך פון טײַלאַנד
ราชอาณาจักรไทย
ראַטשאַ אַנאַטשאַק טהײַ
פאן טײַלאַנד
סימבאָל טײַלאַנד
פֿאָן הערב
נאציאנאלע זינגליד: פֿלענג טשאַט טהײַ
אָרט פֿון טײַלאַנד
קאנטינענט אזיע
אפיציעלע שפראך טיילאנדיש
הויפטשטאט באנגקאק
13°45′N 100°29′E / 13.750°N 100.483°E / 13.750; 100.483
רעגירונג פארלאמענטארע דעמאקראטיע
מלך
פרעמיער מיניסטער
ראַמאַ דער ניינטער
גרינדונג דאטום
פלאך מאס
וועלט גראדונג פלאך
פראָצענט וואסער
513,120 קוואדראט ק"מ
51
0.4
באפעלקערונג
- צאל
- וועלט גראדונג
- ענגקייט

63,878,267
19
132.1 מענטשן פאר אַ ק"מ
פראדוקט ווערדע $586.877 ביליאן (24סט)
וואלוטע באַהט
צייט זאנע 7+
אינטערנעט דאמען th.
טעלעפאן קאד 66+

טײַלאַנד, אפיציעל דאס קעניגרייך פון טיילאנד, איז אַ לאַנד אין דרום-מזרח אַזיע. ער גרענעצט בורמע צו צפון, לאאס צו צפון־מזרח, קאמבאדיע צו מזרח, דעם איינגאס פון טיילאנד און מאלייזיע צו דרום, און דעם אנדאמאן ים און דרום בורמע צו מערב. דאס לאנד איז א קאנצטיטוציאנעל מלוכה. דער היינטיקער מלך איז ראמא דער ניינטער, וואס קיניגט זייט 1946, דער לענגסט־קיניגדיקער מאנארך היינט אין דער וועלט, און דער לענגסט־קיניגדיקער מאנארך אין דער היסטאריע פון טיילאנד.

טיילאנד איז דאס 51טע גרעסטע לאנד אין שטח אין דער וועלט (קלענער פון תימן און גרעסער פון דער שפאניע) מיט א שטח פון בערך 513,000 ק"מ2, און דער 19טער מערסטע באפעלקערטע לאנד, מיט 64 מיליאן מענטשן.

די הױפּטשטאָט איז באַנגקאָק, די גרעסטע שטאט אין לאנד, און דער פאליטישער, קאמערציעלער, אינדוסטריעלער און קולטורעלער צענטער פון לאנד. 75% פון דער באפעלקערונג זענען עטניש טהיי.

נאמען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דאס לאנד האט געהייסן סאַיאֵם ביז 23סטן יוני 1939, ווען מען האט עס געגעבן דעם נאמען טיילאנד. פון 1945 ביזן 11טן מיי 1949 האט עס געהייסן נאכאמל סאיאם, און זייט דעמאלסט טיילאנד.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אין 1782 איז באנגקאק געווארן די הויפטשטאט פון טיילאנד, אונטער דעם מלך ראמא דער גרויסער, דער ערשטער מלך פון דער היינטיגער דינאסטיע. טיילאנד איז דאס איינציקע פאלק אין דרום-מזרח אזיע וואס די אייראפעישע האבן נישט געזדאנזשעט קאלאניזירן.

מאדערנע היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די היסטאריע פון טיילאנד פון 1932 ביז 1973 איז א געשיכטע פון מיליטערישע דיקטאטורן וואס האבן געהערשט רוב פון יענע יארן. ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה האט געהערשט דער דיקטאטאר פֿיבון, וואס האט זיך אליאירט מיט יאפאן. נאך דער מלחמה איז דער פאליטיקער פרידי פֿאנאמיאנג געווען פרעמיער מיניסטער א קורצע צייט.

נאך וואס מ׳האט אוועקגעשטופט פרידי איז פֿיבון געווארן דיקטאטאר נאכאמאל, און נאך אים סאריט טהאנאראט און טהאנאם קיטיקאטשארן.

צווישן די יארן 1965–1971 האט טיילאנד געהאלפן די פאראייניגטע שטאטן און דרום וויעטנאם אין דער וויעטנאם קריג. דער אמעריקאנער לופטפלאט האט באזירט F-4 פֿאנטאם פֿייטערס ביי אודאן און אובאן לופטבאזע, און האט סטאציאנירט B-52 באמבארדירערס ביי או-טאפאא. טיי קראפטן האבן באטייליקט אין דער שטילער מלחמה אין לאאס פון 1964 ביז 1972.

אין 1973 איז געווען א פאפולערער אויפשטאנד וואס האט געענדיגט די דיקטאטור פון טהאנאם קיטיקאטשארן. ווען טהאנאם האט רעזיגנירט און איז אנטלאפן האט דער קעניג באשטימט סאניא דהארמאסאקטי (קאנצלער פון טהאמאסאט אוניווערסיטעט) פרעמיער מיניסטער. זייט דעמאלסט האט זיך פארגעסערט די איינפלוס פון אוניווערסיטעט סטודענטן אין פאליטיק.

אין די 1980ער יארן איז געווען פרעם טינסולאנאנדא פרעמיער מיניסטער, וואס האט צוריקגעברענגט פארלאמענטארע פאליטיק. טיילאנד איז געווארן א דעמאקראטיש לאנד (אחוץ פון א קורצע תקופה פון 1991 ביז 1992 ווען די מיליטער האט געהערשט). פון 2001 ביז 2006 איז טהאקסין שינאוואטרא, פירער פון דער טהיי ראק טהיי פארטיי. נאך מאסן פראטעסטן קעגן קארופציע האט די מיליטער געמאכט אן איבערקערעניש אין סעפטעמבער 2006 וואס האט געהערשט ביז די וואלן אין דעצעמבער 2007. דערנאך איז געווען א ציווילע רעגירונג ביז מיי 2014 ווען די מיליטער האט ווידער איבערגענומען די הערשאפט.

געאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

א טיפישער קאלכשטיין אינזל אין טיילאנד

טיילאנד איז דער 50סט גרעסטע לאנד אין דער וועלט, מיט א שטח פון  513,120  קוואדראט קילאמעטער.[1] ער א ביסל קלענער פון תימן און א ביסל גרעסער פון שפאניע.

טיילאנד באשטייט פון פארשידענע געאגראפישע געגנטן. אין צפון פון לאנד געפינט זיך דער בערגישער שטח פון די טהיי הויכלענדער, וואס זייער העכסטער פונקט איז דוי אינטהאנאן הויך 2565 מעטער העכער דעם ים פלאך. דער צפון־מזרח, איסאן, באשטייט פונעם כאראט פלאטא, וואס גרענעצט צום מזרח דעם טייך מעקאנג. דער צענטער פון לאנד ווערט דאמינירט דורך דעם גאנץ פלאכן שטאא פראיא טייך טאל, וואס גייט אריין אינעם איינגאס פון טיילאנד. דרום טיילאנד באשטייט פון דעם שמאלן קרא איסטמאס וואס פארברייטערט זיך אינעם מאליי האלבאינזל.

פאליטיש זענען פאראן זעקס געאגראפישע געגנטן.


פראווינצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

טיילאנד האט 75 פראווינצן, צעטיילט צווישן פינף ראיאנען.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. טיילאנד, וועלט פאקטבוך.


אַזיע-לענדער 
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אָמאַן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעע · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · יארדאניע · ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליי · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · ציפערן · צפון קארעע · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · רוסלאנד · תימן