מיאנמאר

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
רעפובליק פֿונעם פֿאַרבאַנד פון מיאַנמאַר
ပြည်ထောင်စု သမ္မတ မြန်မာနိုင်ငံတော်
פידאַאונזו טהאַנמעדאַ נייניאַנגדא
פאן מיאַנמאַר
סימבאָל מיאַנמאַר
פֿאָן הערב
נאציאנאלע זינגליד: געבאֵַ מע טשע
אָרט פֿון מיאַנמאַר
קאנטינענט אזיע
אפיציעלע שפראך בורמעזיש
הויפטשטאט נייפידאו 19°45′N 96°6′E / 19.750°N 96.100°E / 19.750; 96.100


רעגירונג פרעזידענט רעפובליק
פרעזידענט
פרעמיער מיניסטער
טהיין סיין
גרינדונג דאטום
4טן יאנואר 1948
(פון פאראייניגטן קעניגרייך)
פלאך מאס
וועלט גראדונג פלאך
פראָצענט וואסער
676,578 קוואדראט ק"מ
40
3.06
באפעלקערונג
- צאל
- וועלט גראדונג
- ענגקייט

60,280,000 (2010)
24
73.9 מענטשן פאר אַ ק"מ
פראדוקט ווערדע $88.751 ביליאן (76סט)
וואלוטע טשאַט ‏ (MMK)
צייט זאנע 06.30+UTC
אינטערנעט דאמען mm.
טעלעפאן קאד 95+

מיאַנמאַר אדער בורמע איז א לאנד אין דרום-מזרח אזיע וועלכע גרעניצט זיך מיט טיילאנד, אינדיע, לאאס, באנגלאדעש און כינע. מיאנמאר האט א שטח פון 676,578 ק"מ2, און איז דאס 40סטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט און דאס צווייטע גרעסטע אין דרום־מזרח אזיע.

ביז תשמ"ט האט דאס לאנד געהייסן בורמע, און אזוי הייסט עס נאך אין א סך לענדער.

נאמען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אויף בורמעזיש הייסט דאס לאנד မြန်မာ ("מיאַנמאַ" - Myanma) אין שריפט אדער ဗမာ ("באמא" - Bama) ביים רעדן. דער אפיציעלער אינטערנאציאנאלער נאמען איז געווען "בורמע" ביז 1989, ווען די רעגירונג האט עס געענדערט צו "מיאנמאר". כאטש די פאראייניגטע פעלקער האט אנערקענט דעם נייעם נאמען, אבער ער איז נישט ברייט אנגענומען ביי דער אינטערנאציאנאלער געמיינדע. פיל לענדער, איינשליסנדיק די פאראייניגטע שטאטן, בריטאניע, אויסטראליע און קאנאדע אנערקענען נישט דעם נייעם נאמען, ווייל זיי אנערקענען נישט די מיליטערישע רעגירונג, וואס האט אויסעפירט די ענדערונג אן א רעפערענדום. צווישן די לענדער וואס אנערקענען יא דעם נייעם נאמען זענען כינע, דייטשלאנד, אינדיע און יאפאן.

די פירערין פון דער אפאזיציע אין בורמע, אאונג סאן סו טשי, און איר פארטיי רופן דאס לאנד נאך מיט היסטארישן נאמען, בורמע.


אַזיע-לענדער 
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אָמאַן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעע · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · יארדאניע · ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליי · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · ציפערן · צפון קארעע · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · רוסלאנד · תימן