לדלג לתוכן

מערידיאן

פֿון װיקיפּעדיע

א מערידיאַן איז אן אויסגעטראכטע ליניע פון געאגראפישער לענג אויפן אויבערפלאך פון דער ערד פונעם צפון פאלוס צום דרום פאלוס. זייט 1884 מעסט מען מערידיאנען פונעם הויפט מערידיאן וואס גייט אדורך גריניטש אין לאנדאן, ענגלאנד.

א מערידיאן איז א האלבער גרויסער קרייז. יעדער פונקט אויף א געוויסן מערידיאן האט די זעלבע לענג. א מערידיאן איז פערפענדיקולאר צו יעדער גארטל ליניע.

מען מעסט די לענג פון א מערידיאן אין גראד. דער הויפט מערידיאן איז 0º. דער טייל פון דער ערד מזרח פונעם הויפט מערידיאן ביז 180º ווערט גערופן דער מזרח האלבקיילעך, און דער טייל מערב פונעם הויפט מערידיאן ווערט גערופן דער מערב האלבקיילעך. אין דעם מזרח האלבקיילעך מעסט מען די לענג מיט א פאזיטיווער צאל אדער מיטן סימבאל E, און אין דעם מערב האלבקיילעך מעסט מען די לענג מיט א נעגאטיווער צאל אדער מיטן סימבאל W. למשל, ירושלים איז אויפן מערידיאן 35º+ אדער 35ºE; ניו יארק סיטי איז אויפן מערידיאן 74º- אדער 74ºW.

די אינטערנאציאנאלע דאטע ליניע גייט נאנט צום 180º מערידיאן.