גראד (ווינקל)
- דער ארטיקל דיסקוטירט מעסטן ווינקלען אין געאמעטריע. טאמער זוכט איר אנדערע באדייטן, זעט גראד.
מען ניצט גראַד אדער שטאַפּל (ענגליש: degree) צו מעסטן ווינקלען אין געאמעטריע. די טייטש פון שטאפל איז א מדריגה העכער אזוי ווי שטיגן. מען ניצט דעם סימבאל °, למשל זעכציג גראד שרייבט מען 60°.
ווינקל גראד
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ווען מען וויל מעסטן א ווינקל (ענגליש: angle) ניצט מען אויך שטאפלען. ווי מער שטאפלען מיינט אז דער ווינקל איז ברייטער. א קרייז צעטיילט מען אין 360°, אזוי אז א גלייכע ליניע איז 180 שטאפלען ווייל עס איז האלב פון א קרייז, און א פינקטליכער (גראדער) ווינקל (ענגליש: right angle) איז 90 שטאפלען ווייל עס איז א פערטל פון א קרייז.
געווענליך איז 360 גענוג פאר אלע מעסטונגען, אויב אבער דארף מען האבן קלענער קען מען צעטיילן יעדע שטאפל אויף 60 מינוטן און יעדער מינוט אויף 60 סעקונדעס.
אידישקייט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די סיבה פארוואס א קרייז איז צעטיילט אויף 360 שרייבט דער רמב"ם אין הלכות קידוש החדש ווייל עס קען צעטיילט ווערן אין יעדן נומער פון 1 ביז 10 חוץ פון 7. אז ס'זאל קענען צעטיילט ווערן אויך אין 7 וואלט מען געדארפט ניצן 2520 וואס איז נישט צו פראקטיש. נאך א סבה איז ווייל ס'איז דא בערך 360 טעג אין יאר. אין ספר הקנה ווערט געברענגט אז א יאר איז טאקע 360 טעג, אפשר אזוי איז געווען ביז צום מבול.[פֿעלט אַ מקור]