לדלג לתוכן

מונקאטש (הויף)

פֿון װיקיפּעדיע
הויפטקווארטיר פון מונקאטשער חסידות אויפן 14טן עוועניו, בארא פארק

מונקאטש איז א חסידישער הויף געגרינדעט אין דער שטאט מונקאטש (פריער אין אונגארן און היינט אין אוקראינע) אין די אנהייב ת"ר יארן דורך הרב שלמה שפירא, אן אייניקל פון הרב צבי אלימלך שפירא פון דינאוו (דער "בני יששכר"). היינט איז דאס חסידות הויפטקווארטירט אין בארא פארק, ברוקלין, געפירט דורכן אדמו"ר משה יהודה לייב ראבינאוויטש.


  • רבי שלמה שפירא - באשטימט מונקאטשער רב אין תרמ"ב, איז געווען אן זון פון רבי אלעזר שפירא, און א אייניקל פון רבי צבי אלימלך שפירא וואס האט געדינט פופציק יאר פריער ווי שטאטס רב. רבי שלמה שפירא איז געווען רב און אדמו"ר אין מונקאטש ביז זיין פטירה אין תרנ"ג.
    • רבי צבי הירש שפירא - זון פון רבי שלמה שפירא, איז געווארן אב"ד ווען זיין פאטער האט נאך געלעבט, און איז געווען זיין ממלא מקום אלס רבי נאך זיין פטירה. ער האט געגרינדעט דעם מונקאטשער כולל אין ירושלים. ער איז געווען א שארפער קעגנער צו ציוניזם און השכלה. רבי צבי הירש איז נפטר געווארן דעם צווייטן טאג חול המועד סוכות תרע"ד.
      • רבי חיים אלעזר שפירא - זון פון רבי צבי הירש שפירא, איז געווען זיין פאטערס ממלא מקום אין די רבנות און רביסטעווע. ער האט אויפגעשטעלט דעם כולל תפארת צבי אויף זיין פאטערס נאמען, און האט געגרינדעט די מונקאטשער הייזער אין ירושלים. נאך דער ערשטער וועלט מלחמה האט ער געגרינדעט די "דרכי תשובה" ישיבה אויפן נאמען פון זיין פאטערס ספר אויף שולחן ערוך. ער איז געווען א קעגנער פון אלע שטראמען פון ציוניזם.

ווידעראויפבלו פון מונקאטשער הויף

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נאך דער גרויזאמער מלחמה, איז מונקאטשער חסידות איבערגעפלאנצט געווארן אויף די אמעריקאנער באדן דורך רבי משה לייב ראבינאוויטש, אן אייניקל פונעם מנחת אלעזר, וואס האט אויפגעשטעלט מוסדות התורה. דער צענטער פון מונקאַטשער חסידות געפינט זיך היינט צוטאגס אין בארא פארק, ברוקלין, אבער עס געפינען זיך צענטערן פון מונקאטשער חסידים אין וויליאמסבורג, מאנסי, לאס אנדזשעלעס, שיקאגא, מאנטריאל, לאנדאן, מעלבארן, ירושלים און בני ברק.

זיין ברודער רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש, דער דינאווער רבי, האט אויפגעשטעלט זיין הויף אין וויליאמסבורג אין ברוקלין, ווי דארט פארמאגט ער די דינאווער צענטראלער שול, א צענטער פונקט אין וויליאמסבורג, אזוי אויך האט ער אויפגעשטעלט א גרויסע ישיבה קטנה, און ישיבה גדולה, און ער פארמאגט שוין אויך א יוצאים שטיבל אין וויליאמסבורג, אזוי אויך א שול אין בארא פארק, און אין קרית יואל, און מעריצים איבעראל.