יצחק יעקב ראבינאוויטש (דינאוו)

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון יצחק יעקב ראבינאוויטש (דינוב))
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דער ארטיקל דיסקוטירט דעם דינובער רבי. טאמער זוכט איר דעם ייד הקדוש, זעט יעקב יצחק ראבינאוויטש (פרשיסחא).
יצחק יעקב ראבינאוויטש
דינובער רבי
געבורט ה'תש"ב
מונקאטש
פאטער הרב ברוך ראבינאוויטש
מוטער פרומא שפירא

רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש (געבוירן ט"ו ניסן ה'תש"ב) איז דער דינובער רבי . ער וואוינט אין וויליאמסבורג, ניו יארק. ער איז דער דריטער זון פונעם פריערדיגן מונקאטשער רבי׳ן, הרה"ק רבי ברוך ראבינאוויטש זי"ע, וואס איז געווען א איידעם פון הרה"ק רבי חיים אלעזר שפירא זי"ע,דער בעל מנחת אלעזר ממונקאטש און אן אייניקל בן אחר בן פונעם יוד הקדוש פון פשיסחא,

ער איז געווארן אן איידעם ביי הגאון הצדיק רבי בנציון פרענקל זצ"ל אדמו"ר פין וויליפולי אין פלעטבוש.


ער פלעגט פירן א בית המדרש אין דעם קענזינגטאן געגנט פון פלעטבוש אויפן מונקאטשער נוסח.

ער איז באוואוסט פאר א גרויסער עובד ה', תלמיד חכם, ערליכער איד, און גאר א ספעציעלער בעל מידות. ער איז זייער אין גוטן מיט זיין ברודער רבי משה לייב ראבינאוויטש, מונקאטשער רבי.

אין תשס"ח האט ער זיך געצויגן קיין וויליאמסבורג אויפן פארלאנג פון די פילע תלמידי וחסידי מונקאטש וואס האבן געוואוינט דארט. ער האט געעפנט זיין ביהמ"ד אין ניי וויליאמסבורג און האט צענדליגע מנינים שחרית מנחה מעריב א טאג, א היכל התורה וואו עס זיצן הונדערטער אידן און לערנען א גאנצן טאג. אזוי אויך האט דער רבי א ישיבה קטנה אין וויליאמסבורג מיט קרוב צו צוויי הונדערט בחורים אין א ישיבה גדולה אין וויליאמסבורג מיט קרוב צו צוויי הונדערט בחורים .

עס איז ארויס געקומען פון זיינע חידושים א ספר שמן למאור עה"ת ומועדים

די קינדער פון דינוב רבי און זיין רביצין תחי' זענען:

מרת לייפער תחי' , רביצין פון רבי בערל לייפער שליט"א אב"ד נאדווארנא לעיקוואד זון פין אדמו"ר מנאדבורנא ב.פ. שליט"א

רבי חיים אלעזר ראבינאוויטש , דומ"ץ וראש ישיבת דינוב. אן איידעם פין אדמו"ר מסטריזוב שליט"א בארא פארק.

רבי צבי הירש ראבינאוויטש , אב"ד באבוב מאנסי וראש ישבת דברי חיים. איידעם פון אב"ד באבוב-45 שליט"א.

רבי שלמה ראבינאוויטש. אב"ד דינוב בארא פארק. איידעם פון אב"ד קעריסטיר-בערבעשט שליט"א.

רבי בנציון ראבינאוויטש. איידעם פון הגה"צ אב"ד תולדות אהרן וומ"ס זצ"ל.

מרת טייטעלבוים תחי', די ווייב פון רבי ישראל יעקב טייטעלבוים , און זון פון אב"ד וואלאווע שליט"א.

רבי זלמן יוסף ראבינאוויטש. איידעם פון אב"ד מקור חיים מאנסי שליט"א.