לדלג לתוכן

בודאפעשט

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון פעסט)
בודאפעשט
קאלאזש פון בודאפעשט
מדינה / טעריטאָריע אונגאַרן
קאָאָרדינאַטן 47°29′33″N 19°03′05″E / 47.49250°N 19.05139°E / 47.49250; 19.05139קאארדינאטן: 47°29′33″N 19°03′05″E / 47.49250°N 19.05139°E / 47.49250; 19.05139
בירגערמייסטער אישטוואן טארלאש
שטח 525.09 קוואדראט ק"מ
הייך 102 מעטער

 ‑ אין שטאָט

1,757,618‏  (שטייענדיג 2015)

בודאַפעשט (אונגאַריש: Budapest) איז די הויפטשטאט פון אונגארן, אין אלע הינזיכטן, עקאנאמיש, אינדוסטריעל, טראנספארט, און סאציאל. בודאפעשט איז געגרינדעט געווארן אין 1873 מיט דער פאראייניקונג פון די דריי שטעט בודא, אלטאויבן און פעשט. בודאפעשט האט א באפעלקערונג, פון א 1,700,000 איינוווינער, וואס מאכט אויס ארום צוואנציק פראצענט פון די אונגארישע פאפולאציע, די באפעלקערונג איז היבש קלענער געווארן, און אין די 1980ער יארן האט די באפעלקערונג דערגרייכט, צו איבער צוויי מיליאן איינוווינער.

די דוניי טייך לויפט אינמיטן שטאט, און צוטיילט צווישן מזרחדיקן פעשט, וואס איז דער צענטער פון שטאט, און איז א פלאכע שטח. און די מערבדיקע בודא, וואס איז בערגיק און ווייניקער באוווינט, און עטליכע טייערע געגנטער.

די שטאט באשטייט פון דריי און צוואנציק איינגעטיילטע קווארטלען.

די דוניי טייך וואס צוטיילט די שטאט, איז די לענגסטע טייך אין צענטראל אייראפע, דעריבער איז די טייך געווען א וויכטיקע טראנספארטאציע מיטל, אין אייראפע. בודאפעשט איז דערפאר געווארן א טרעפונגס פונקט פון טראנספארט, נישט נאר אין אונגארן. די שטאט געפונט זיך אין צפון פון לאנד, נאנט צו די גרעניץ מיט סלאוואקיי.

פעשט האט עטליכע שאסיי רינגען, וואס נעמען ארום די שטאט. בודאפעשט האט עטליכע באוואוסטע בריקן אריבער דעם טייך, קיין בודא. די דריטע געגנט פון שטאט, איז אלטאויבן, און געפונט זיך צפון פון פעשט.

די שטאט איז אויפגעשטעלט געווארן דורך דער רוימישע אימפעריע, אבער ארכעאלאגישע גראבונגען, צייגן אויף א באוווינטע ארט, פון יארן איידער די רוימער זענען אנגעקומען. ווען די מאזשיארן, האבן איינגענומען אונגארן, זענען סיי בודא, און סיי פעשט, שוין געווען אויפגעשטעלט. אין די מיטל אלטער, האט בודא דער דעמאלטדיקע הויפטשטאט דערגרייכט איר הויכפונקט, אונטער דער מאזשיארישע קעניג, מאטיאש האניאדי. דערנאך איז די שטאט געפאלן צו די אטאמאנישע אימפעריע, וועלכע האט פארוויסטעט די צוויי שטעט, פעשט איז געפאלן אין יאר 1526, און בודא מיט פופצן יאר שפעטער.

ווען עסטרייך האט איינגענומען אונגארן פון די טערקן, אין יאר 1686, זענען ביידע שטעט געווען פארלאזט. אין די אנהייב 18טער י"ה, זענען די שטעט ווייטער געווען פארלאזט, צוליב די אויפטאנדן וואס די מאזשיארן האבן אנגעפירט קעגן עסטרייך. מאריא טערעזא, קעניגן פון עסטרייך, האט אסאך ארויס געהאלפן אין דאס ווידעראויפבוי פון שטאט, און אין יאר 1800 האט די שטאט געהאט 54,000 איינוווינער. אין יאר 1838, איז פעשט פארפלייצט געווארן, און אסאך געביידעס זענען פארניכטעט געווארן.

עסטרייך אונגארישע אימפעריע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאר 1848, האט אין בודאפעשט געווירבעלט מיט רעוואלוציענערן, און פון די אונגארישע נאציאנאלע באוועגונג, אין זייער אויפשטאנד קעגן דער האבסבורג דינאסטיע, זענען זיי געווען די ערשטע צו פאראייניקן פעשט מיט בודא צו איין שטאט. די אויפשטאנד האט זיך געענדיקט מיט א ביטערע דורכפאל, און מיט דעם איז די שטאט אראפ פון איר גלאנץ.

אין יאר 1867, זענען די עסטרייכער געקומען מיט די אויסגלייך, אויפצושטעלן די עסטרייך אונגארישע אימפעריע, אין די יארן איידער די אויסגלייך, האט די שטאט זיך גענומען בליען מיט א שנעלע אימפעט, וואס האט פארגעזעצט אויך נאכדעם. צווישן די יארן 1840-1900, האט די באפעלקערונג אין בודאפעשט געוואקסן מיט זיבן מאל, און דערגרייכט 730,000 איינוווינער. די שטאט האט געמאכט גרויס פארשריט, און גראנדיעזע פראיעקטן, און מאסיווע אונטערנעמונגען, זענען דורכגעפירט געווארן אין שטאט. ווי אויפבויען ברייטע שטראזן, די אפערע געביידע. די גרעסטע און וויכטיקסטע פראיעקט, איז געווען דאס אויבויען אן אונטערערדישע באן אין יאר 1896, און דער פייערליכער עפענונג, אין שפיץ פון קייסער פראנץ יאזעף.

צוואנציקסטע יארהונדערט

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די ערשטע וועלט מלחמה, האט נישט געברענגט צופיל ענדערונגען אויפן שטאט זעלבסט, אונגארן האט פארלוירן אסאך טעריטאריעס צו די נייע לענדער, וואס זענען אויפגעקומען אין איר שכנות. אבער אין 1930 האבן א מיליאן איינוווינער געוווינט אין שטאט, און נאך 400,000 אין די פארשטאט געגנטער. אין די נייע זעלבסטשטענידקע הויפטשטאט, האבן זיך געפונען דאס רוב אנטוויקעלסטע אינדוסטריעלע פאבריקן פון גאנץ אונגארן, און אין קליינפעשט און אין די פארשטאטן, איז געווען דער עיקר בליען פון די יארהונדערט.

מיטן נאצי אריינקום, האט בודאפעשט געכאפט א טויט קלאפ, און ריזיקע געגנטער זענען פלאך געווארן מיט דער ערד, דורכאויס דער צווייטער וועלט קריג. טויזנטער איינוווינער זענען אומגעקומען אין די באמבאדירונגען פון די רוסן, און ארום הונדערט טויזנט יידישע איינוווינער, פון די 280,000 יידן פון שטאט, זענען אומגעקומען, אסאך אין אוישוויץ, און אנדערע אין טייך דוניי, דורך די פאשיסטישע פייל קרייץ, די נאציס האבן אויפגעשטעלט א געטא, ווי אסאך יידן זענען געצווינגען געווען, זיך אריינצושטופן דארט.

אין יאר 1948 זענען די קאמוניסטן געקומען צו די מאכט, און זיי האבן פאראייניקט די פארשטאטן מיט בודאפעשט, די באפעלקערונג איז געשטיגן, און דערגרייכט 1.6 מיליאן.

אין יאר 1956 האט אויסגעבראכן די אונגארישע רעוואלוציע, וואס איז אונטערגעברענגט געווארן מיט אן אייזערנעם פויסט דורך די סאוועטן פארבאנד. נאכן אונטערגיין פון קאמוניזם, איז בודאפעשטס באפעלקערונג געפאלן, נאך שווערע עקאנאמישע רעסעסיעס, און די באפעלקערונג איז קלענער געווארן.

אין צוועלפטן יארהונדערט, האבן יידן שוין געוווינט אין שטאט. אין יאר 1744, האט מאריא טערעזא ארויסגעטריבן די יידן, און נאך דריי יאר האבן זיי זיך אומגעקערט.

אין די יארן דערנאך, איז בודאפעשט געווארן א גרויסע יידישע שטאט, מיט א גאר ארגאנאזירטע קהילה, און דערגרייכט איר הויכפונקט מיטן נאצישן אריינמארש, און געהאט נאנט צו 300,000 יידן, מאכנדיק בודאפעשט פאר א גרויסע יידישע שטאט איבער די וועלט. אין די ניינצטע יארהונדערט איז אויפגעבויט געווארן די גרויסע שול, וואס איז די צווייטע גרעסטע אין די וועלט, און געהערט צו די נעאלאגישע קהילה, און ווערט גערופן די דוהאני שול, וואס איז אפן ביז היינט

די סטאטוס קווא, האט אויך געהאט א שול מיטן נאמען רומבאך שול, וואס היינט איז עס פארמאכט, און די קהילה עקזיסטירט שוין נישט.

די ארטאדאקסן האבן אויך א גרויסע בית המדרש, וואס ווערט גערופן די קאזינצי שול, וואס געפונט זיך אין יידישע קווארטאל, און האט אלע צוגעהערן פון א יידישע קהילה, ווי א שחיטה, א מקווה, א רעסטאראן מיטן נאמען חנהס רעסטאראן, וואס האט א גוטע הכשר. חב"ד פירט אויך אן יידישע אקטיוויטעטן, און זונטאג שולע, און אין די קאמפוס פון די אוניווערסיטעט.

עס װױנען דאָרט בערך הונדערט טױזנט אידן; ס'רובֿ זײַנען גאָר פריי.

אונגארישע פארלאמענט

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די מערסט באזוכטע אטראקציע אינעם שטאט איז די פארלאמענט הויז. עס איז די דריט גרעסטע פארלאמענט געביידע אין די וועלט און די גרעסטע געביידע אין אונגארן. עס ליגט אויפן דענאבע טייך ארויסקוקענדיג מיטן גאנצן פראכט און מייסטעטישקייט צום טייך, אבער די אריינגאנג איז אויפן אנדערן זייט. דער בנין איז געבויט געווארן דורך א אידישע ארכיטעקטער. מען האט זיך באניצט מיט פערציג מיליאן שטיינער עס צו בויען! און א האלבע מיליאן טייערע סארט שטיינער! און פערציג קילאגראם גאלד. בשעת'ן עס בויען איז עס געווען די טייערסטע בנין אין גאנץ אייראפע – פון דער געלט וואלט מען געקענט בויען א שטאט פאר ביז דרייסיג טויזענט מענטשן... יאפס, דוקא די צוריקגעשטאנענע אונגארישע האבן געבויט אזאנס... היינט שטעלט מען צו ספעציעלע טור'ס וואס טראגן און ווייזן ארום דעם פרעכטיגן בנין מיט איר אייגנארטיגע געבוי, און אלע אינטערעסאנטע זאכן וואס מען קען זען דערין.