סטאטוס קווא
מראה
סטאטוס קווא (פון לאטיניש: status quo ante) מיינט לאזן די איצטיקע צושטאנד (שב ואל תעשה עדיף). אין פאליטיק איז דאס געוויסע חילוקי דעות וואס די רעגירונג פסק'נט נישט לויט דעמאקראטישע געזעצן פון אחרי רבים להטות. דאס איז אזעלכע עקסטרימישע דעות וואס אויב איינע פון די צדדים וועט אָנווערן, וועט זי זיך אינגאנצן קעגן שטעלן קעגן די מדינה.
ווי צום ביישפיל אין מדינת ישראל שטעלט מען נישט וואלן צו מע זאל לאזן אדער אומווארפן דעם בית דין צדק פון רבנות, ווייל אויב די וואלן וועלן באשטימען אז מע דארף איר אומווארפן, וועלן די רעליגיעזע באלד אינגאנצן אפלייקענען די מדינה.