לדלג לתוכן

בית שמש

פֿון װיקיפּעדיע
בית שמש
www.betshemesh.muni.il
בית שמש
די שטאָט בית שמש
מדינה / טעריטאָריע ישראל
גרינדונג דאַטע 1950
ראַיאָן ירושלים דיסטריקט
בירגערמייסטער שמואל גרינברג
אָפיציעלע שפּראַך העברעיש
שטח 34.259 קוואדראט ק"מ
הייך 220 מעטער

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

79,000‏  (שטייענדיג 2010)
2,306 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC+2

בית שמש איז א שטאָט אינעם ירושלים דיסטריקט פון ישראל , וואו א סאך ירושלים'ער אידן וואוינען דארט. די פרומע האבן זיך אהין געצויגן ארום צוואנציג יאר צוריק. אום 2010 איז זיין באפעלקערונג געווען 79,000.[1] די היינטיגע שטאט איז געגרינדעט אום 1950, אבער ס'איז געווען אויפן ארט א יישוב שוין אין די תנ"ך צייטן.

די שטאָט איז געווען ערשט געגרינדעט אין דער פאַרצייַטיקער כנעענישער צייַט.

בית שמש ווערט דערמאנט אין תנ"ך, אין יהושע (קאפיטל טו) דערמאנט מען בית שמש אין דעם ארבטייל פון שבט יהודה, ליגן אויף דער גרענעץ צווישן שבט יהודה און שבט דן. שפעטער (יהושע קאפיטל כא) ווערט געברענגט אז מען האט די שטאט געגעבן צו די כהנים. די שטאָט איז אויך דערמאנט אין שמואל א (קאפיטל ו), אז דער ארון הברית האט צוריקגעקערט צו די יידן דורך בית שמש, און די מענטשן פון בית שמש האבן אויפגענומען דעם ארון מיט קרבנות. אויך אין ספר מלכים איז דערמאנט אַ מלחמה דארטן צווישן אמציה, מלך פון יהודה, און יואש, מלך פון ישראל. דאס איבערבלייבס פונעם אלטן ייִשובֿ זענען פאראן היינט אין תל בית שמש.

אין 2003 האט מען אנטפלעקט אין בית שמש די עלטסטע אייזן ווארשטאט אין דער וועלט.

אין די פריערע טעג פון בית שמש, האבן געוואוינט דאָרט די הויפּט עמיגראנטן פון איראַן, איראַק, צפון אפריקע, און רומעניע. איבער די יאָרן, און באזונדער אנפאנג פון 1990 ווען עס האט זיך אנגעהויבן א מאסיווע כוואליע פון עמיגראציע פון סאוועטן פארבאנד וואס האט געברענגט מיט זיך פילע נייע עמיגראנטן אויכעט צו בית שמש, די שטאט האט זיך היפש פארגרעסערט. אויכעט זענען אנגעקומען עמיגראנטן פון עטיאפיע און די פאַרייניקטע שטאַטן.

אין 2003, האט מען ווידערגעעפנט די בית שמש באַן סטאַנציע. די באַן סטאַנציע ליגט אויף דער ליניע פון ירושלים קיין תל אביב-יפו.

אין יאר ה'תשנ״ה איז אנגעקומען קיין בית שמש רבי חיים אברהם הורוויץ, באסטאנער רבי פון בארא פארק, און האט אויפגעשטעלט זיין הויף אין רמת בית שמש.

דורך די פארלויפענע יארן די שטאט האט זיך היפש פארגרעסערט א דאנק צו א הויכע געבורטצאל און אנקומענדיגע נייע איינוואוינערס וואס האבן זיך אהין געצויגן פון אנדערע שטעט, און היינט צו טאגס וואוינט דארט א ריזיגע צאל פון היימישע יידן, צווישן זיי האבן זיך באזעצט דארט אזעלכע געמיינדעס וואס געהערן צו דער עדה החרדית אזוי ווי תולדות אהרן און תולדות אברהם יצחק, דושינסקיא און נאך ענדליכע קהילות פון דעם יישוב הישן ארייגערכנט פון די נטורי קרתא אויכעט.

אין חודש סיון ה'תשע"ט, האט זיך באזעצט אין שטאט רבי ישראל אליעזר אדלער, דער דזשיקאוו - וויזשניצער רבי, וואס האט אריבערגעפירט אהין זיין קהילה פון רחובות.

די נייע געגנטן אין בית שמש זיינען:

  • נחלה ומנוחה (אויף העברעיש: הקריה) - עס וואוינען דארט אסאך גערער חסידים און ליטווישע.
  • רמת בית שמש א' - וווינען דארט בעיקר אמעריקאנער און עולים.
  • רמת בית שמש ב' - ווערט געטיילט אויף צוויי געגנטן:
    • קרית רמ"א (אין אנפאנג האט מען דאס גערופן זנוח ווייל עס איז נאנט צום דארף "זנוח") - וווינען דארט א טייל פון קנאישע קרייזן.
    • רמת בית שמש ב'
  • נחלת הערשי פרידמן (נאך דער קבלן (קאנטראקטאר) "הערשל פרידמאן) - א געגנט צווישן דער קריה און רמה ב'.
  • חפציבה
  • רמת בית שמש ג׳
  • רמת בית שמש ד׳

ראט פארזיצער און בירגערמייסטער

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
  1. Table 3 - Population of Localities Numbering Above 1,000 Residents and Other Rural Population. ישראל צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק (‏2008-06-30). דערגרייכט דעם 2008-10-03.