חיים אברהם הורוויץ

פֿון װיקיפּעדיע
חיים אברהם הורוויץ
געבורט 1933
פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 24 יוני 2016 (אלט 83 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי חיים אברהם הלוי הורוויץ (תרצ"ג, זידיטשויוו, פוילןי"ח סיון תשע"ו, ניו דזשערסי, פאראייניגטע שטאטן)[1] איז געווען א פויליש געבוירענער אמעריקאנער רבי. אין תשמ"ה איז געווארן באסטאנער רבי, און  האט אנגעהויבן פירן א הויף וואס זיין זיידע, רבי פינחס דוד הורוויץ, האט אויפגעשטעלט אין תרע"ה.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי חיים אברהם איז געבוירן געווארן אין זידיטשויוו, מזרח גאליציע, דער עלצטער זין פון זיין פאטער רבי משה הורוויץ, זון פון רבי פינחס דוד הורוויץ, דער ערשטער באסטאנער רבי, זון פון רבי שמואל שמעלקא הורוויץ, זון פון רבי אלכסנדר יצחק, זון פון רבי נח פינחס פון מאגראוו־בראד, זון פון רבי יעקב דוד, זון פון רבי צבי יהושע פון טרייביטש, זון פון רבי שמואל שמעלקא הלוי הורוויץ פון ניקאלשבורג, און פון זיין מוטער לאה פֿראדל, טאכטער פון רבי חיים אברהם אייכנשטיין, זידיטשויווער רבי. ביי זיינע סוף יארן איז רבי חיים אברהם געווען דער לעצטער ייד געבוירן אין זידיטשויוו וואס איז נאך געבליבן לעבן.

ער האט געלערנט אין בית מדרש גבוה, לייקוואוד, ביי רבי אהרן קאטלער, וואו ער איז געווען דער ערשטער חסידישער בחור.

אין תשי״ד האט ער חתונה געהאט מיט מרים אדלער, טאכטער פון רבי אלעזר אדלער פון דער זוועהילער דינאסטיע, פון וועמען איז געבוירן געווארן זיין בכור רבי יעקב יצחק ״יענקל״ הורוויץ אין תשט״ז. רבי יענקל איז געהאדעוועט געווארן ביי זיין זיידן אין וועסט האליוואוד, לאס אנדזשעלעס, און היינט איז ער דער רב פונעם באסטאנער בית מדרש אין לארענס, ניו יארק.

רבי חיים אברהם האט חתונה געהאט בזיווג שני מיט דער טאכטער פון רבי יונה האס. זיי האבן געהאט איין זון, רבי ישראל יונה הורוויץ, און זיבן טעכטער.

אין סיון תשע״ו איז ער געפארן קיין אמעריקע צו דער חתונה פון אן אייניקל. ער האט פארברענגט אין לייקוואוד ביי דער ישיבה וואו ער האט געלערנט אין זיין יוגנט. ערב שבת פרשת בהעלתך איז ער נפטר געווארן דארט.

רביסטעווע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נאך דער פטירה פון זיין פאטער רבי משה הורוויץ, באסטאנער רבי אין ניו יארק, אין תשמ״ה האט רבי חיים אברהם איבערגענומען די רביסטעווע אין בארא פארק. אין יאר תשנ״ה האט ער אריבערגעפירט זיין הויף צו רמת בית שמש.

ער איז געווען א מחבר פון ניגונים.[2]


רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. Rabbi Chaim Avraham Horowitz (Bostoner). geni.com. דערגרייכט דעם ‏24סטן יוני 2016.
  2. BDE: Sudden Petirah of Bostoner Rebbe of Beit Shemesh ZATZAL; Niftar in New Jersey. theyeshivaworld.com. דערגרייכט דעם ‏24סטן יוני 2016.