ירושלים

פֿון װיקיפּעדיע

שפּרינג צו: נאַװיגאציע, זוכן
ירושלים
JerusalemLogo.jpg
באַפֿעלקערונג 706,000
גרײס 123 קװאַדראַט-קילאָמעטערס

ירושלים (העברעיִש: יְרוּשָׁלַיִם, אַראַביש: القدس) איז די אָפֿיציעלע הױפּטשטאָט פֿון מדינת ישׂראל, דער צענטער פֿון דעם ייִדישן פֿאָלק, נאָך פֿון גאר אַמאָליקע צײַטן. די שטאָט איז פֿאַרהײליקט, אױף די דרײַ מאָנאָטעיִסטישע, רעליגיעזע גלױבנס: דאס ייִדישע, דאס איסלאַמישע, און דאס קריסטלעכע גלױבן. דאָס צענטראַלישקײט פֿון די שטאָט, פֿאַר אַלע גלױבנס, האָט געברענגט אַ סך קריגערײַען און װעלט־מלחמות צװישן זײ, ביז הײַנטיקן טאָג. זייט דעם 19טן יארהונדערט האבן זיך אנטוויקלט ארום דער אלטשטאט אסאך נייע געגנטן, וואס זענען היינטצוטאג דער גרעסטער טייל פון דער שטאט.

Flag of Jerusalem realistic colors.png

די שטאָט פֿון ירושלים געפֿונט זיך אויף די "יהודה-בערג" צווישן דעם מיטלענדישן ים (הים התיכון) און דעם ים המלח אין אַ הויך פֿון אַ 650 - 840 מעטער איבערן מיטלענדישן ים. די שטאָט געפֿונט זיך אין די עקזײַט פֿון "מדבר-יהודה".

די צאָל פֿון די רעגנס איז 600 מילימעטר אין אַ ווינטער-צײַט. דער זומער איז הייס און טרוקן. דער ווינטער איז קאַלט און אַ רעגנדיקער. אָפֿטמאָל שנייט אויף אַ פּאָר טעג אין ווינטער. די צאָל פֿון די פֿײַכטקייט איז ארום 60% .

ריכטיק אויף סעפּטעמבער 2003, איז דאָ אין ירושלים 688,900 בירגער. די בירגערשאַפֿט מערטזיך, אין אַ צאָל פֿון 1.7 פּראָצענט אַ יאָר. די בירגער פון ירושלים זײַנען צומישט : צווישן  %68.8 וואָס זײַנען ײִדן. 30.4% זײַנען מאָסלעמישער אַראַבער. 1.8% זײַנען קריסטלעכער אַראַבער. די פּראָפּאָרציאָנעלקייט צווישן מענער און פֿרויען איז : 1015 פֿרויען, צו 1000 מענער.

דער בירגערמײַסטער איז היינט ניר בארקאט. די שטאטראט האט 31 מיטגלידער. די גרעסטע פּאַרטיי אין דער שטאטראט איז יהדות התורה.

אינהאַלט

[באַאַרבעטן] אין דער היסטאריע

[באַאַרבעטן] פארצייטישע ירושלים

דער אנהייב פון ירושלים איז געווען אויפן בערגל וואס מ'רופט היינט עיר דוד. בערך אין יאר ב'ת איז דער יישוב געווארן א שטאט. אין יאר ב'ת"ר - אפשר אפילו פריער - איז ירושלים שוין געווען אן אנגעזעענע באפעסטיגטע כנעענישע שטאט. בערך אין יאר ב'ת"ש האט אדוני צדק, דער מלך פון ירושלים, געפירט די מלכים פון דרום ארץ ישראל אין זייער קריג קעגן יהושע בן נון, וואס האט געזיגט איבער זיי אין עמק איילון. ווען די יבוסים זענען געקומען קיין ירושלים האבן זיי א נאמען געגעבן די שטאט „יבוס"; דער איז געבליבן 200 יאר ביז דוד המלך האט איינגענומען די שטאט. דער פסוק אין שמואל ב, פרק ה, 6-10 (און אויך אין דברי הימים א, יא) פארציילט וויאזוי דוד האט איינגענומען די שטאט. ירושלים איז צום ערשטן באשטימט געווארן אלץ הויפטשטאט אין יאר ב'תתק"ן דורך דוד המלך נאכדעם וואס ער האט געמאכט א בונד מיט די עשרת השבטים אין חברון.


[באַאַרבעטן] תקופה פון בית ראשון

דוד המלך'ס זון שלמה האט געבויט אין ירושלים דעם בית המקדש. אזוי ווי דער בית המקדש איז חרוב געווארן און מ'האט איבערגעאקערט די שטאט מערער מאל, איז שווער פאר די ארכעאלאגן צו טרעפן קלארע זאכן פון יענער תקופה. דער ערשטער ארט פון ירושלים, וואס מען רופט היינט עיר דוד, געפינט זיך לעבן דעם אראבישן דערפל סילוואן (דאס איז אראביש פארן שילוח).

ביז די יארן פון דער מלך חזקיהו (אין יאר ג'ר) האט זיך ירושלים פארגרעסערט אויף דעם מערב בערגל (היינט געפינט זיך דארטן דאס יידישע פערטל און דאס ארמענישע פערטל. אין יענע יארן האט די מיליטער פון אשור באלעגערט די שטאט, אבער זיי האבן נישט געקענט זי אייננעמען. איין טעם איז געווען דער שילוח טונעל דורך וואס וואסער האט אריינגעשטראמט אין דער שטאט פון דעם גיחון קוואל וואס איז דרויסן פון די מויערן פון ירושלים. צום זענען מלאכי חבלה געקןמען און אויסגעהרגעט גאר די מיליטער פון אשור.

אין יאר ג'שכ"ז האט די מלוכה פון בבל געהערשט איבער מלכות יהודה; דער מלך יהויכין און אלע חשובע יידן אין ירושלים זענען פארטריבן געווארן אין גלות. נבוכדנצר האט ארויפגעשטעלט צדקיהו אויף דעם טראן, אבער נאך 11 יאר האט ער מורד געווען און נבוכדנצר האט חרב געמאכט דעם בית המקדש אין יאר ג'של"ח. ווערנט די יארן האבן די ארכעאלאגן אנטפלעקט עטלעכע פייל-שפיצן פון די בבליים.

[באַאַרבעטן] תקופה פון בית שני

[באַאַרבעטן] טראנספארט

איינע פון די הויפטגאסן אין ירושלים איז די יפו גאס. פון די 1930ער יארן זענען די יידישע אויטאבוסן אין ירושלים געווען גפירט דורך דער "המקשר" געזעלשאפט.

[באַאַרבעטן] וועטער

אין זומער איז ווארעם און טרוקן, אין ווינטער איז קאלט און עס רעגנט; אמאל שנייט אויך,בפרט אין די הויכע געגנטן.

א בליק אויף ירושלים פון הר הזיתים.

Gottlieb-Jews Praying in the Synagogue on Yom Kippur.jpg

אלע פרומע אידישע געגנטן וואו עס זענען צעשפרייט די היינטיגע אידישע באפעלקערונג איבער דער גארער וועלט.

אלעד • אנטווערפן • אפער וועסט סייד • אשדוד • באלטימאר • באוקא ראטאון • באסטאן • בארא פארק • בודאפעסט • בית שמש • ביתר עילית • בני ברק • בעיסוואטער • גאלדערס גרין • גייטסהעד • גרעיט נעק • דיעל • דיטרויט • וואדמיר • ווארשע • וויליאמסבורג • וויען • זשיטאמיר • חברון • חיפה • טאהש • טאראנטא • טבריה • טינעק • טשיקאגא • יאהאניסבורג • ירושלים • לאוער איסט סייד • לוגאנא • לעיקוואד •לאס אנזשעלעס • מאדריד • מאנטרעאל • מאנטשעסטער • מאנסי • מאסקווע • מאונט קיסקא •מארסעי • מודיעין עילית • מיאמי • מילאן • מעלבארן • ניו סקווירא • נווה יעקב • סארסעל • סטעמפארד היל • סידני • סידערהערסט • סיאטל • סי געיט • סקאוקי • עדזשווער • פאסעיק • פאר ראקעוועי • פארעסט הילס • פאריז • פלעטבוש • פייוו טאונס • פראג • פוירט • ציריך • צפת • קאשוי • קווינס • קיעוו • קליוולאנד • קרוין הייטס • קרית יואל • רוים • ריווערדעיל • שטראסבורג




אין אַנדערע שפראַכן