שפרעם

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

שפרעם איז א שטאט, אין צפון דיסטריקט אין ישראל. די שטאט געפונט זיך אויף זיבן בערג, און די מוניציפאלע שטח איז 22,000 דונאם. די שטאט געפונט אויף א קרייצוועג צווישן די גליל בערג, און די טאל, און געפונט צווישן חיפה, עכו, און נצרת.

די שטאט האט אן אלטע היסטאריע, נאך פון דעם צווייטן בית המקדש צייטן, און איז געווען איינע פון די שטעט, ווי די סנהדרין האט זיך געפונען, יהודה בן בבא, איז דארט באגראבן. נאכן חורבן האבן קריסטן אנגעפאנגען קומען, און מיט די מוסלמענישער אנקום, זענען אראבער דארט אנגעקומען, מיט די יארן זענען צוגעקומען אויך דרוזן. יידן האבן זיך געפונען דארט, ביז די 20גע יארן פונעם צוואנציגסטן יארהונדערט, און די שול שטייט ביז היינט.

ביי דער אומאפהענגיקייט מלחמה, זענען אסאך איינוווינער אנטלאפן. ביז פאר עטליכע יארן, זענען די קריסטן געווען א מאיאריטעט, אבער אין די לעצטערע יארן, האבן די מוסלמענער באקומען דאס מערהייט אין שטאט. די שטאט איז די צווייטע גרעסטע קריסטליכע שטאט, אין גאנץ ישראל, נאך נצרת.

לויט די צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק, וווינען אין שפרעם, 36,500 איינוווינער. 59 פראצענט פון שטאט זענען מוסלמענער, 26 פראצענט קריסטן, און 14 פראצענט זענען דרוזן.