תל אביב-יפו

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
תּל־אָבֿיבֿ
הערב
תל אביב
לאַנד ישראל
געגנט גוש דן
בירגערמײַסטער רון חולדאי
שטח 51.4 קוואדראט ק"מ
באַפֿעלקערונג 363,400 - (אין 2001)
גאס אין תל אביב

תל אביב איז די צווייטע גרעסטע שטאט אין מדינת ישראל און די גרעסטע שטאט אין גוש דן. איר בירגערמייסטער איז רן חולדאי. זי באדעקט א שטח פון 50,553 דונאַם.

מיט דערצייט האט זי באקומען א סלענג נאמען "עיר ללא הפסקה", וויבאלד די שטאט איז טאג און נאכט נאכאנאנדיק טעטיק.

איר באפעלקערונג איז א געשאצטע 400,000 איינוווינער, און זי איז די גרעסטע פינאנציעלע, און קולטורע שטאט אין ישראל.

געגרינדעט אין יאר 1909, און מיט צוואנציג יאר שפעטער, איז די באפעלקערונג געשטאנען ביי הונדערט פופציג טויזענט, איז תל אביב געווען פון די שנעל וואקסענדע שטעט אין דער וועלט. ביי דער אומאפהענגיקייט־מלחמה האט תל אביב געדינט אלס די הויפטשטאט פון ישראל, ביז ווען די רעגירונג איז אריבער קיין ירושלים.

אינהאַלט

[באַאַרבעטן] טראנספארטאציע

זייענדיק דער פינאנציעלע צענטער אין ישראל, מיט א גרויסער באפעלקערונג אין דעם מעטראפאליטען שטח, איז דא א גאנץ מאדערנע שאסיי סיסטעם, מיט עטליכע שאסייען וואס פארבינדן תל אביב צו די שטעט אין דעם אומגעגנט.:

און נאך מערערע געגנטליכע שאסייען, ווי זשאבאטינסקי גאס, וואס פאנגט זיך אן אין פתח תקוה, פארט אריבער בני ברק, רמת גן, און פארט אריין אין שטאט.

[באַאַרבעטן] פובליק טראנספארטאציע

אין תל אביב זענען פאראן פיר באן סטאנציעס: תל אביב צענטראלע באן סטאנציע, איז די גרעסטע, פון וואנעט באנען פארן ארויס צו אלע שטעט אין לאנד וואס האט גערעלסן, תל אביב השלום באן סטאנציע, תל אביב אוניווערסיטעט באן סטאנציע, און תל אביב הגנה באן סטאנציע.

אין תל אביב געפונט זיך די תל אביב נייע צענטראלע סטאנציע פאר אויטאבוסן, וואס דעקט כמעט דאס גאנצע לאנד. און איז די גרעסטע סטאנציע אין דער וועלט פאר אויטאבוסן.

[באַאַרבעטן] זעט אויך

[באַאַרבעטן] וועבלינקען

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: תל אביב-יפו


פערזענלעכע געצייג

װאַריאַנטן
נאָמענטיילן
אַקציעס
נאַוויגאַציע
צוזאַמענאַרבעט
געצייג קאסטן
אין אַנדערע שפראַכן