מודיעין

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
מודיעין (שטאָט)
Modiin COA.gif
Modi'in 02003.JPG
קוק אויף דער שטאָט מודיעין
מדינה / טעריטאריע Flag of Israel.svg ישראל
גרינדונג דאטע מכבים-1985 רעות-1987

מודיעין-1996

קאארדינאטן 31°54′18″N 35°0′39.23″E / 31.905, 35.0108972קאארדינאטן: 31°54′18″N 35°0′39.23″E / 31.905, 35.0108972
דיסטריקט צענטער דיסטריקט
בירגערמייסטער חיים ביבֿאַס
אפיציעלע שפראך העברעיש
שטח 50.176 קוואדראט ק"מ
הייך 262 מעטער
באפעלקערונג (2010)

 ‑ אין שטאָט
 ‑ ענגקייט

74,300‏
1,481 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאנע UTC+2
מודיעין צענטראלע באַן סטאַנציע
אַזריעלי מאָל אין מודיעין

מודיעין (אפיציעל מודיעין-מכבים-רעות) איז א שטאט אין דעם צענטראלן דיסטריקט אין ישראל, צווישן ירושלים און תל אביב. אלס שטאט איז זי אויפגעשטעלט געווארן אין 2003, דורך א פאראייניקונג פון עטליכע לאקאלע מוניציפאליטעטן.

לויטן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, וווינען אין מודיעין 74,300 מענטשן (יוני 2010), און די באַפעלקערונג וואקסט מיט אַ יערלעכער ראטע פון 4.4%. די איינוווינער פארדינען מער ווי דורכשניטליכע ישראל בירגער.

די שטאט געפונט זיך פונקט צווישן ירושלים און תל אביב, אין דעם אלטן געגנט פון מודיעין, וואו מתתיהו מיט זיינע פינף זין האבן אנגעפירט זייער רעוואלט קעגן די גריכן, דאס איז די סיבה פארן נאמען פון דער שטאט, אויך מכבים איז פאר דעם נאמען.

דער געגנט מכבים איז געגרינדעט געווארן 1985, רעות אין יאר 1987, און מודיעין 1996. מודיעין איז אויפגעשטעלט געווארן מיט א פלאן, אלס אויסגערעכנט.

טראנספארט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

שאסיי נומער 443, פון ירושלים קיין לוד, פארט אריבער דער שטאט, אויך שאסיי נומער 3 קיין דרום. 446 פארבינדט די שטאט צו מודיעין עילית, און די נייע שאסיי 431 קיין ראשון לציון, פארבינדט צום צענטער.

ישראל באנען האט צוויי באן סטאנציעס אין מודיעין, מודיעין פארשטאט געעפנט סעפטעמבער 2007, און מודיעין צענטראל געעפנט אפריל 2008. די באן פארט אריבער בן גוריון פליפעלד און תל אביב קיין חיפה.

בירגערמייסטער[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבנות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

הרב דוד לאו איז געווען הויפט־רב פון מודיעין ביז תשע"ג, ווען מ'האט אים געוויילט הויפט־רב פון ישראל.

צווילינג שטעט און פריינדשאפט אפמאכן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. Montreuil, Seine-Saint-Denis לויט [1]

וועבלינק[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]