קרית אתא

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
'
הערב
Hazionot Kiryat Ata.jpg
לאַנד ישראל
געגנט חיפה
בירגערמײַסטער יעקב פרץ
שטח 16.706 קוואדראט ק"מ
באַפֿעלקערונג

קריַת אתא איז א שטאט אין חיפה דיסטריקט, ישראל, און איז די גרעסטע שטאט פון די קריות, מיט אריבער 50,000 איינוווינער. די ערשטע געגנט איז געגרינדעט געווארן 1925, און אנערקענט אלס שטאט אין 1969. דער בירגערמייסטער איז יעקב פערעץ.

היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די געגנט איז ערשט געבויט געווארן אלס קאלאניע (מושבה), אין יאר 1925, די טעריטאריע איז אפגעקויפט געווארן פון אראבער. אין די תרפ"ט ראיאטן, איז די מושבה פארלאזט געווארן, נאכן אטאקירט ווערן דורך די אראבער. אין 1930 האבן זיך די איינוווינער אומגעקערט, און האבן אויפגעשטעלט א טעקסטיל פאבריק. אין 1941 איז די געגנט דערקלערט געווארן לאקאלע ראט.

נאך די מלחמת השחרור, זענען אויפגעשטעלט געווארן דריי איבערגאנגס לאגערן (מעברות), און אין די קומענדיקע יארן, זענען זיי צוגערעכנט געווארן צו די מוניציפאליטעט פון שטאט.

ביי דער צווייטער לבנון מלחמה, האבן ראקעטעס באטראפן דעם שטאט, און האבן פאראורזאכט שאדענס, און אומגעברענגט צוויי מענטשן.

טראנספארטאציע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

שאסיי 4 איז די גרויסע שאסיי, וואס פארט צווישן קרית אתא און קרית מוצקין. לויטן פלאן, וועט שאסיי 22 אריינפארן לעבן פון קרית אתא, און וועט פארלינדערן דעם שווערן פארקער, אויף שאסיי 4.

רבנות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער רב פון קריית אתא איז רבי שמעון לעמבערגער, דער מאקאווער רבי, אן איידעם פון רבי אלחנן היילפרין פון גאלדערס גרין.