נשר
נשר איז א שטאט אין צפון ישראל, און געהערט אן צו די חיפה דיסטריקט, נשר געפונט זיך 6 קילאמעטער דרום פון חיפה, אויפן הויפט שאסיי וואס פירט קיין יקנעם און נצרת. געגרינדעט אין יאר 1924 דורך ארבעטער פון די נשר צעמענט פאבריק, זיך איינצושפארן די פארן טעגליך פון און צי די ארבעט, ווי אויך דאס אריבערפארן עטליכע אראבישע פיינטליכע דערפער אויפן וועג.
אין די יארן צווישן די גרינדונג ביז די מלחמת השחרור, האבן די איינוווינער אסאך געליטן פון איבערפעלער פון אראבער, אין די תרפ"ט ראיאטן, און שפעטער אין די תרצ"ו - תרצ"ט אויפשטאנד איז די דארף עטליכע מאל געווארן איבערגעפאלן, און האבן אריינגערעכנט מענטשן וואס זענען אומגעקומען.
ביי די זעלבסטשטענגקייט קריג פון ישראל, האט צה"ל באוויזן איינצונעמען די אראבישע דערפער פון ארום, און זיי זענען באזעצט געווארן דורך ניי געקומענע, שפעטער זענען די דערפער געווארן א טייל פון א נייע גרויסע שטאט נשר.
לויט די צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק, האט די שטאט נשר א באפעלקערונג פון 23,800 איינוווינער, ריכטיג צו 2010. דער בירגערמייסטער איז דוד אמאר. און א כמעט א דריטל פון שטאט באשטייט פון עולים פון די ראטן פארבאנד לענדער.
| אום על פאכעם | אופקים | אור יהודה | אור עקיבא | אילת | אלעד | אריאל | אשדוד | אשקלון | באקא-דזשאט | באר שבע | בית שאן | בית שמש | ביתר עילית | בני ברק | בת ים | גבעת שמואל | גבעתיים | דימונה | הוד השרון | הרצליה | חדרה | חולון | חיפה | טבריה | טייבה | טירא | טירת כרמל | טמרה | יבנה | יהוד-מונוסון | ירושלים | כפר סבא | כפר קאסם | כרמיאל | לוד | מגדל העמק | מודיעין | מעלה אדומים | מעלות-תרשיחא | נהריה | נס ציונה | נצרת | נצרת עילית | נשר | נתיבות | נתניה | סחנין | עיר הכרמל | עכו | עפולה | ערד | פתח תקווה | צפת | קלנסווה | קרית אונו | קרית אתא | קרית ביאליק | קרית גת | קרית ים | קרית מוצקין | קרית מלאכי | קרית שמונה | ראש העין | ראשון לציון | רהט | רחובות | רמלה | רמת גן | רמת השרון | רעננה | שגור | שדרות | שפרעם | תל אביב-יפו |