איסר יהודה אונטערמאן

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
הרב איסר יהודה אונטערמאן, תר"ט

הרב איסר יהודה אונטערמאן (י"ד ניסן ה'תרמ"ו - כ"ד שבט ה'תשל"ו) איז געווען דער אשכנזישער הויפט רב פון ישראל פון תרכ"ד ביז תרל"ב.

לעבנסגעשיכטע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

איסר יהודה אונטערמאן איז געבוירן אין בריסק (היינט אין בעלארוס) צו זיין פאטער ר' אליהו און זיין מוטער שיינא.

ער האט געלערנט ביים בריסקער דיין, רבי שמחה זעליג ריגער, און ביי די צוועלף יאר איז ער געגאנגען לערנען מיט דער ערשטער חבורה וואס האבן געלערנט אין דער ענף עץ חיים ישיבה אין מאלטש אונטער רבי זלמן סענדער כהנא שפירא, און שפעטער אונטער רבי שמעון שקאפ. נאך זיין חתונה מיט רחל לאה יעלין האט ער געלערנט אין דעם כולל פון דער וואלאזשינער ישיבה, וואו ער האט באקומען היתר הוראה פון רבי רפאל שפירא און דערנאך האט ער אליין געעפנט א ישיבה אין ווישנעווע (נישט ווייט פון וואלאזשין) אין יאהר תר"ע.

ער איז נפטר געווארן אין תשל"וֹ און באערדיגט אין הר הזיתים.

רבנות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין תרפ"ד איז ער באשטימט געווארן רב פון ליווערפול, ענגלאנד, וואו ער האט געדינט אין דעם אמט 22 יאר. אין תש"ו איז ער געווארן דער דריטער הויפט רב פון תל אביב, ביז תשכ"ו, ווען ער איז באשטימט געווארן הויפט רב פון ישראל.


זיינע תורות זענען געדרוקט אין דעם ספר "שבט מיהודה".‏[1]

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. שבט מיהודה (היברובוקס)



פֿריערדיגער:
יצחק הלוי הערצאג
אשכנזישער הויפט רב פון ישראל
1964–1972
נאָכפֿאלגער:
שלמה גורן