אריאל

פֿון װיקיפּעדיע
אַריאל
אַלגעמיינער באקוק אויף אַריאל
מדינה / טעריטאָריע ישראל
גרינדונג דאַטע 1978
דיסטריקט יהודה און שומרון דיסטריקט
בירגערמייסטער אליהו שאווירא
אָפיציעלע שפּראַך העברעיש
שטח 14.677 קוואדראט ק"מ
הייך 560 מעטער

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

17,700‏  (שטייענדיג 2010)
1,206 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC+2
אריאל
www.ariel.muni.il
סטודענטן אינטערנאט

אַריאל איז אַ שטאָט, אין שומרון געגנט וואס געהערט צו ישראל. די שטאָט געפונט זיך מזרח פון ראש העין, דרום פון שכם, און צפון פון ראמאללא. אַריאל איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1978, און אנערקענט געווארן אלס שטאט אין יאר 1998, דער בירגערמייסטער איז רון נחמן, פון די גרינדערס פון די שטאָט.

אריאל איז געגרינדעט געווארן דורך פאמיליעס, וואס זענען געווען באשעפטיקט דורכן מיליטער, אין מיליטערישע אינדוסטריעלע פאבריקן. אין 1987, האט די געגנט געעפנט אירע טויערן פאר אלעמען, און מערערע אימיגראנטן זענען אריבער וווינען אין אַריאל. וויבאלד די שטאט געפונט זיך גאר נאנט צו גוש דן, און צום צענטער דיסטריקט, אבער געפונט זיך נישט אין אן אורבאנישע געגנט, איז אריאל געווארן אויפגעכאפט. נאך די ישראל ריקצוג פון עזה שטרייף אין יאר 2005, זענען אסאך איינוווינער פון גוש קטיף אריבער וווינען אין אַריאל.

די שטאטראט האט באשטעטיקט אין יאר 2009, אז די שטאט וועט גערופן ווערן, אין נאמען פון אריק שרון.

לויט דעם צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, שטייט די באפעלקערונג, ריכטיק צו 2010, ביי 17,700.

שאסיי 5 פארבינדעט די שטאָט מיט תל אביב, און די רייזע איז א קורצע. אריאל דינט אויך אלס צענטראלע שטאט פאר אלע ארומיקע שטעטלעך פון דער אומגעגנט, מיט געשעפטן רעסטאראנטן און שענק. אין אראיל געפונט זיך די גרעסטע פובליק אוניווערסיטעט אין ישראל, וואס רופט אויס א שטורעם צווישן לינקע אין ישראל און אין דער וועלט, וויבאלד עס געפונט זיך אין א באזעצונג.

אריאל איז די פערטע גרעסטע זידלונג, פון די פיר יידישע שטעט, אין יהודה ושומרון, נאך מודיעין עילית, ביתר עילית, מעלה אדומים.

די צוקונפט פון אריאל איז אונטער שטרייטן פון ישראל, און די פאלעסטינער. אין יאר 2001, זענען די צוויי געקומען צום אפמאך, אז אין די שלום אפמאך וועט די אריאל געגנט אריבער גיין צו ישראל, צוזאמען מיט גוש עציון, און מעלה אדומים געגנט. אהוד אלמערט, האט פארגעשלאגן אין יאר 2008, א פארשלאג פאר אבו מאזען, ווי אריאל וועט אריבער צו ישראל, און אין אויסטויש, וועט ישראל געבן אנדערע טעריטאריעס פאר די פאלעסטינער.